אקדמות
א פיוט אויף אראמיש געזאגט מיט גרויס חביבות דעם ערשטן טאג שבועות איידער קריאת התורה. הייבט זיך אן מיט די ווערטער "אקדמות מילין ושריות שותא". נתחבר געווארן דורך רבי מאיר שליח ציבור פון ווירמייזא.
אויסשטעל
דער פיוט איז אויסגעשטעלט מיט 54 בתים פון 2 שורות, יעדער שורה באשטייט פון 10 טראַפן (תנועות), און ענדיגט זיך מיט'ן גראם פון "תא", די אקראסטיק פון די ערשטע 26 בתים זענען לויט די רייע פון א' ב' - געדאפלט, און די איבריגע זענען לויט דער נאמען פונעם "מחבר מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמיץ".
דער פייטן הויבט אן מיט'ן נעמען רשות פון השי"ת, און טוט ארויסברענגען די לויב צו השי"ת, וואס איז נישט מעגליך צו שילדערן אפי' מיט די שטערקסטע מעגליכקייט, עס פאלגט נאך מיט די גרויסקייט פון די מלאכים, און די געוואלדיגע חשיבות פון די אידישע קינדער איבער זיי. דערנאך שילדערט דער פייטן א שמועס צווישן די אידן מיט די פעלקער, וואו די פעלקער פרעגן די אידן פארוואס זיי דינען השי"ת טראץ דעם שווערן גלות, און די אידן ענטפערן זיי מיט א לענגערע שילדערונג פון די שכר פון לעתיד לבא. דער פיוט פארענדיגט זיך מיט א ברכה אז די באטייליגטע זאל'ן טאקע זוכה זיין דערצו.
דער פיוט ווערט געזאגט אין א אופן פון חזן וקהל, יעדע צוויי שורות[1]. און ווערט געזאגט מיט א שיינעם ניגון וואס ברענגט ארויס דביקות און נעימות.
היסטאריע
דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן ארום די ד'ת"ת יארן, דורך רבי מאיר ב"ר יצחק. דער שליח ציבור פון שטאט ווירמייזא[2]. אינערהאלב זיין פאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין די נוסח התפילה, און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.
דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן אלס "רשות" און אריינפיר פאר'ן "תורגמן", וואס פלעגט איבערטייטשן די פסוקים פון עשרת הדברות אויף אראמיש, און צוגעלייגט דערביי פיוטים אויף אראמיש. דער מנהג פון מתרגם זיין די תורה איז געווען איינגעפירט בימי חז"ל[3], און איז שפעטער פארבליבן בלויז אין שבועות און נאך[4]. שפעטער ווען דאס האט שוין אויך נישט אנגעהאלטן, איז אבער דער פיוט פון אקדמות פארבליבן[5].
רבי אברהם קלויזנער ברענגט דעם מנהג צו זאגן דעם פיוט אקדמות[6], און עס ווערט פארצייכנט צווישן די פארצייטישע מנהגי אשכנז[7]. אויך געפונט מען דאס אין מחזור ווירמייזא, און אין נאך כתבי יד[8].
אין ווירמייזא זעלבסט איז דער מנהג געווען נישט צו זאגן דעם פיוט אקדמות[9]. רבי יהודה ליווא קירכהיים, ברענגט אז די סיבה דערצו ווערט אנגעגעבן וויבאלד איינמאל איז געווען א חזן אין ווירמייזא, וואס האט געזאגט אקדמות מיט א זיסע שטימע און מיט גרויס כוונה, און ווי נאר ער האט געענדיגט האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה, דעפאר זאגט מען עס נישט ביים זאגן דעם פיוט מיט גרויס מתיקות"[10]. ער שטעלט זיך אבער דערויף דעם טעם, אז פונקט פארקערט, דאס צייגט בלויז אויף די חשיבות פון דעם פיוט, און דאס וואלט געדארפט ברענגען עס צו זאגן יאר יערליך מיט גרויס כוונה, דערפאר זאגט ער אז ס'איז דא אן אנדער טעם דערבייוואס איז נישט באקאנט. עס זענען וואס שלאגן פאר אז די טעם איז צוליב די שווערע זכרונות וואס דאס האט אויפגעברענגט ביי די ארטיגע מתפללים פון די תקופה פון די קרייצציגלער מיט וואס רבי מאיר ש"ץ האט זיך פארמאסטן[11].
הלכה
דער פארצייטישער מנהג איז געווען איבעראל צו זאגן דעם פיוט נאכ'ן ערשטן פסוק "בחודש השלישי". רבי אפרים בן יעקב הכהן פון ווילנא איז אנגעפרעגט געווארן פון די קהילה אין ווענעציא איבער דעם מנהג וואס די אשכנזים האבן זיך געפירט, און די ארטיגע ספרדי'שע אידן האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א הפסק אינמיטן קריאת התורה. אין זיין ספר שער אפרים איז מבאר אז דער מנהג איז א פארצייטישער מנהג און מען קען נישט מפקפק זיין דערויף, און איינמאל מען ליינט שוין דעם ערשטן פסוק איז עס מער נישט קיין הפסק, און ער שטעלט אוועק אז די ספרדים קענען זיך נישט מישן אין די מנהגים פון די אשכנזים זיי מבטל צו זיין[12].
דער ט"ז שרייבט אז דאס איז א הפסק נישט האבנדיג קיין שייכות מיט'ן ליינען, און זאל דאס זאגן בעפאר די ברכה פונעם כהן[13]. ווידעראום דער מגן אברהם [14] ברענגט אראפ דעם מנהג פון זאגן אקדמות נאכ'ן ערשטן פסוק און ברענגט נישט אויף חשש דערביי. דער שו"ת פנים מאירות ברענגט (ח"ג סימן לא), אז ס'איז געווען א רב וואס האט דאס געוואלט איינפירן ווי דער ט"ז, און דער קהל האט אים נישט געלאזט, און ער פירט אויס, אז וויבאלד אקדמות איז געזאגט און א גרויסע שבח וואס מען האט מקבל געווען די פריערדיגע דורות, און מען פירט זיך צו מפסיק זיין אינמיטן קריאת התורה, קענען מיר נישט מבטל זיין דעם מנהג און זיין קלוגער פון די פריערדיגע צו זאגן אז זיי האבן נישט גוט געטון, ומנהג ישראל תורה היא.
עס ווערט דערציילט אז דער שאגת אריה איז געווארן רב אין מיץ האט ער געוואלט איינפירן צו זאגן אקדמות איידער'ן זאגן די ברכה, א זאך וואס איז אויסגעשטאנען קענערשאפט פון די בני הקהילה, און האט אים שיר נישט געקאסט דאס רבנות פאסטן.
דער משנה ברורה נעמט אן אז מען זאל זיך פירן ווי די טורי זהב[15], און אזוי איז אנגענומען אין רוב מקומות. דער שו"ע הרב שרייבט יא אז מען זאל דאס זאגן נאכ'ן ערשטן פסוק[16]. און טייל ערטער פירט מען זיך אזוי.
מעשה בעל אקדמות
די געשיכטע מיט רבי מאיר ש"ץ און זיין פארפאסונג פונעם פיוט אקדמות, איז געווארן געדרוקט מערערע מאל, אין פארשידענע ווערסיעס. דער אליה רבה, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף קטן ה' שרייבט:
”נמצא נדפס בלשון אשכנז ישן נושן, מעשה באריכות דעל מה תיקנו אקדמות, וסיים שכיון המעשה היה במדבר לכן תיקנו לומר אחר במדבר סיני, זכר לנס”
נישט אין אלע ווערסיעס פון די געשיכטע ווערט אבער דערמאנט א שייכות מיט א מדבר.
דאס ערשטע מאל מיר געפונען די געשיכטע, איז אין א כתב יד פון יאר ה'ש"צ, ער ברענגט אראפ די געשיכטע פון נאך א פריערדיגע דרוק, און זעצט דאס איבער אויף לשון הקודש. דאס איז ווארשיינליך געווען פאר'ן אליה רבה.
געוואס איז שפעטער געדרוקט געווארן איבערגעזעצט אין לשה"ק אין יאר ה'ש"כ אין קרימונה, אין א קונטרס "מגילת רבי מאיר".
די ארטיגע נוסח איז: מוסטער:להעתיק [17]
אין ספר באר שבע פון רבי אברהם יגל (-ה'שפ"ג) פון די חכמי איטליא, שרייבט ער: ביי די אשכנז'ישע קהילות געפונט זיך א מגיהלה וואס מ'פירט זיך עס צו דערמאנען אין שבועות, איבער א נס וואס האטפאסירט, מיט א שלעכטער קעניג וואס איז געווארן איבערגערט פון א גלח צו פארטיליגן אלע אידן פון לאנד, און נאכ'ן איינבעטן האט דער קעניג באשטימט א זמן וואס די אידן זאל ברענגען א חכם זיך פארמעסטן מיטן גלח, דאן האבן די אידן געברענגט א איד פון די עשרת השבטים, וואס האט זיך געשטארקט מיט זיין קלוגשאפט, און האט געראטעוועט די אידן[18].
אין פיורדא ה'תנ"ד איז געדרוקט געווארן א העפט מיטן נאמען "איין שיין וואונדרליך מעשה". דארט ווערט געברענגט מוסטער:להעתיק
נאך א נוסח איז דא אין ספר מעשי גבורות ה', מוסטער:להעתיק
רבי מאטל סלאנימער האט דערציילט[19], איך האב געהערט פון אלטע אידן און פון ר״ש העניך ז״ל, אז די סלאוויטא דרוקעקס האבן געוואלט דרוקן די מעשה אין די מחזורים, נאר וויבאלד זיי האבן עס נישט געוואוסט מיט א קלארקייט האבן זיי עס נישט געדרוקט. איינמאל האט מען גוזר געווען א גירוש אויף די אידן, און נאכדעם וואס מ'האט באשלאסן צו ברענגען איינעם פון די בני משה צו מבטל זיין די גזירה, איז איינער געשיקט געווארן אריבערצוגיין דעם סמבטיון, אריבערצוגיין דעם סמבטיון נעמט 18 שעה, און עס ריעט זיך נישט אפ פון זיין שטורעם נאר פון ער"ש האלבן טאג ביז מוצש"ק, און אין די געציילטע שעות פון ערב שבת איז נישט מעגליך אריבערצוגיין ווייל די וועג דויערט 18 שעה. האט מען אים איבערגעגבן א שם, אז ער זאל קענען אריבערגיין דעם טייך צו די בני משה, אבער אויף צוריקצוגיין האט מען אים נישט ערלויבט צו באנוצן מיט'ן שם, ווייל מ'נוצט עס נאר אויף פיקוח נפש. דער שליח האט געגעבן א גט פאר זיין ווייב, און איז אהינגעגאנגען מיט'ן ציל צו פארבלייבן דארט א גאנץ לעבן. די בני משה האבן געשיקט ״א הינקעדיגער שניידער" צו מבטל זיין די גזירה, וואס אויך ער האט געגעבן א גט פאר זיין פרוי און איז אריבער דעם טייך. ער איז געקומען צום מכשף וואס האט געהעצט ארויסצוגעבן די גזירה, און אים געזאגט אז ער זאל אים אויספרובירן און לאמיר זען ווער וועט זיך שטארקן אויף וועם. מען האט אפגעמאכט אז יעדער וועט זאגן דעם צווייטן וואס צו טון, און ער דארף דאס אויספירן. דער שניידער האט געמאכט א רינג ארום זיך, און דער מכשף האט געשיקט וכו' צו אים, אבער ווען זיי זענען אנגעקומען צום רינג זענען זיי געבליבן שטיין. דערנאך האט דער שניידער געזאגט דעם מכשף ער זאל זיך אנלאנען אויפ'ן שטאם פון א ארטיגן בוים און ער האט גענומען צוויי בינטלעך אייזערנע שטריק, ווען דער כישוף מאכער האט זיך אנגעלאנט אויף בוים, האט זיך דער בוים אויפגעהויבן און די שטריק האט זיך פארוויקלט ארום זיין האלז, און אים דערשטיקט, און די גזירה איז בטל געווארן.
מפקפקים
פארהאן וואס זענען מפקפק אויף די קראנטקייט פון די געשיכטעס. רבי וואלף היידנהיים שרייבט אויף דעם: "וקלא דלא פסיק כי רב מעשהו מבא המחבר לכך. אם קבלה היא נקבל. אמנם אין ראיה ומופת ע״ז ואין משגיחין בבת קול אמרתי איני יודע, והנחתיו[20]". און אזוי ווערט אויך געברענגט אין מחזור מטה לוי[21].
עס זענען פארהאן פארשידענע מסורות איבער די מקום קבורה פון רבי מאיר ש"ץ, עס זענען דא וואס זאגן אז ער ליגט און ווירמייזא, טבריה, אדער לובלין. לויט דעם קען נישט זיין אז ער איז פארבליבן אויפ'ן אנדער זייט סמבטיון.
פון מלבי"ם ווערט געברענגט אז ס'איז זיכער דא א טייל פון די מעשה וואס איז אמת, אז רבי מאיר ש"ץ האט געראטעוועט אין א שעת הגזירה נאר די פרטים ארום איז צוגעלייגט געווארן. אין דעם דור נאך אים ווערט ער דערמאנט דורך איינער פון די ראשונים, אלס "רבינו מאיר בן יצחק מאבילי ירושלים, דאס איז אן אנדייטונג אז ער שטאמט פון אר"י, און מעגליך גאר פון די עשרת השטים רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבשם (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
חשיבות
דער פיוט אקדמות איז אלע יארן באטראכט געווארן מיט גרויס חביבות, און ווערט געזאגט מיט גרויס ליבשאפט. טייל דרוקן זיך אויס אז דאס איז "דאס מערסט באוואוסטער און באליבטער פיוט". סידור היעב"ץ: "גם בעיני יקר הפיוט החשוב הלז, גם אנו אומרים אותו לפי שאדם גדול חיברו, ונאה למי שאמרו".
"דער פיוט פון ר׳ מאיר בעל הש״ץ איז פונקט אזוי גרויס ווי די פיוטים פון ד׳ אליעזר הקליר וחביריו, וואס איז געואגט נעווארן מיט רוח הקודש אין עס איז באהאלטען דערין סודות נוראים, (ילקוט הגרשוני, שו"ת שבות יעקב ח״א סי' י״ז)
דער יעב"ץ שרייבט "אין מיינע אויגן איז דער פיוט זייער חשוב און טייער, אויך מיר טוען דאס זאגן [הגם אז ער איז מגזע ספרד], ווייל א גרויסער מענטש האט דאס מחבר געווען, און ס'איז פאסיג פאר דער וואס האט דאס געזאגט".
אין געוויסע קהילות האט מען זיך געפירט אז דער רב אליינס האט פארגעזאגט אקדמות, און צדיקים האבן דאס געזאגט מיט גרויס התלהבות און התשפכות הנפש[22]. עס ווערט דערציילט אויפ'ן תפארת שלמה אז ער פלעגט זאגן אקדמות מיט שיינע געזאגנען און א זיסע שטימע, וואס האט אויפגעפלאמט די הארץ פון די צוהערערהמחנה החרדי, ירושלים, תשמו.
אין חב"ד זאגט מען נישט קיין אקדמות[23].
אין געוויסע קהילות זינגט מען ביי ברכת כהנים שבועות מיט די ניגון פון אקדמות[1].
ניגון
דער ניגון פון אקדמות שטאמט הויפטזעכליך פונעם מחבר אליינס, און איז פארשפרייט איבעראל וואו מען זאגט דעם פיוט, דער ניגון זעלבסט דירקט זיך אויס דביקות און השתוקקות. די תנועות פונעם ניגון זענען היבש ענליך צו די טעמי המקרא, דאס פאסט אריין אינעם זאגן אינמיטן ליינען[24].
רבי נחמן פון ברסלב האט גאר גאר שטארק אויסגעלויבט דעם ניגון פון אקדמות, און געזאגט אז וויבאלד מען איז שוין אזוי געוואוינט דערצו, אנערקענט מען נישט איר גרויסקייט פון דעם געוואלדיגן הייליגן לויב געזאנג. ער האט געזאגט, ווער עס פארשטייט די גרויסקייט פון דעם שיר פון אקדמות און דער ניגון מיט וואס מען זינגט עס, דאס איז א ואונדערליכע זאך און גאר א גרויסער חידוש. דערביי האט ער זיך אינטעגעזונגען עטליכע ווערטער פון אקדמות מיט'ן ניגון. ער האט געזאגט אז אקדמות איז א געזאגג פון גלוסטעניש[25].
אין געציילטע קהילות זינגט מען אן אנדער ניגון[26].
דרויסנדיגע לינקס
אנעים זמירות (ניק) ,"שבח דא שירתא (שיינע באשרייבונג אויף אקדמות)", ארטיקל אויף אייוועלט
חוח בין השושנים (ניק) ,"דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!", ארטיקל אויף אייוועלט
הרב נחום זאב רוזנשטיין, און הרב משה אייזיק בלוי, "מנהג אמירת אקדמות והמעשה המופלא שנקשר בו", קובץ בית אהרן וישראל - 173
🎵אברהם לייב בורשטיין, נוסח האקדמות, אויף שער ברסלב
🎵אקדמות מלין, אויף אתר הפיוט והתפילה
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 רבי שלמה זלמן גייגר, דברי קהלות - מנהגי פראנפורט דמיין, עמ' 446
- ↑ עס נישט קלאר די גענויע דאטומען פון די לעבן פון רבי מאיר ש"ץ. מיר זעען אז רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל, רש"י, הושע ו, ט, רש"י, עמוס ג, יב, רש"י, תהלים עג, יב. מ'זעט אבער אז ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן, זע סדור רש"י, "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק". זיין זון רבי יצחק איז אומגעקומען דורך די קרייצציגלער אין יאר ד'תתנ"ו ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה י'
- ↑ זע חזקוני, "בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה ומתרגמינן הדברות". זע אויך תוספות, מגילה כד, א: "והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס".
- ↑ צוערשט איז דאס געשריבן געווארן אלס השערה אין מהר"ם אש, זכרון יהודה, עמ' לח, רבי וואלף היידנהיים, הבנת המקרא, סוף חומש שמות, עמ' לח, און נאך, שפעטער איז געפונען געווארן די אריגינאלע כתבי יד און ספרים וואס דערמאנען די פיוטים און תרגומים בשייכות מיט'ן אקדמות
- ↑ רבי אברהם קלויזנער, מנהגים, געברענגט אין רבי יעקב מולן, ספר מהרי"ל
- ↑ טירנא, רבי יצחק אייזיק, ספר המנהגים
- ↑ מחזור וורמיישא מנהג אשכנז, ה'ל"ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ רבי יוזפא שמש, אות קד, מנהגי וורמיישא
- ↑ ר' יהודה ליווא קירכהיים, מנהגות וורמייזא, מפעל תורת חכמי אשכנז, מכון ירושלים, תשמ"ז, עמוד רנח
- ↑ ספר התודעה
- ↑ רבי אפרים בן יעקב, הכהן, מוילנה, שער אפרים
- ↑ טורי זהב, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף ב'
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן קמ"ו, סעיף א'
- ↑ משנה ברורה, סימן תצ"ד, סעיף קטן ב'
- ↑ שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף א'
- ↑ ווערט געברעגט דא הרב נחום זאב רוזנשטיין, און הרב משה אייזיק בלוי, "מנהג אמירת אקדמות והמעשה המופלא שנקשר בו", קובץ בית אהרן וישראל - 173
- ↑ קבץ על יד - שנה ד, בערלין: חברת מקיצי נרדמים, תרמח
- ↑ סיפורי מרן הרמ״ח (עמ׳ רפג אות צא)
- ↑ קרובות - מחזור לחג השבועות
- ↑ מחזור קרבן אהרן לשבועות
- ↑ נטעי גבריאל - שבועות, ירושלים, תשנט
- ↑ ספר המנהגים, לוח היום יום, עמ' נט
- ↑ בנימין זאב מונק - מנהל "מכון ירושלים לחזנות".
- ↑ שיחת הר"ן, רנו
- ↑ ר' בנציון שענקער, ניגון אופרה אקדמות, מוזשיץ