דרעפט:רבי יוסף שמן

פון המכלול
ווערסיע פון 06:15, 2 יוני 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב יוסף שמן איז געווען פון די גרויסע רבנים אין תימן.

ער איז געבוירן אין שטאט צנעא, דער הויפט שטאט פון תימן, צו זיין פאטער ר' שלום. אלט-זייענדיג קוים זיבן יאר, איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין טאטן און נאך פריער איז נפטר געווארן זיין גרויסער ברודער, אנדעם וואס ער זאל איבערלאזן קינדער. לויט דער הלכה, האט זיין ברודער'ס פרוי נישט געטארט חתונה האבן, ביז זיין ברודער וועט איר מייבם זיין, דעריבער האט די יבמה אים אויסגעווארט, בשעת זי האט געהאלפן זיין מאמע אים ערציען.

צוואנציג יאר נאך זיין חתונה, איז זיין ערשטע פרוי נפטר געווארן, אנדעם וואס זי זאל אים ברענגען קינדער אויף דער וועלט. אין יאר תש"ד האט ער געהייראט זיין צווייטע פרוי, וועלכע האט אים געבוירן דריי זון און א טאכטער.

שפעטער איז ער געווארן דער רב אין שטאט. ער האט גע'פסק'נט דיני-תורה, געדינט אלס סופר סת"ם. דער לעצטער הויפט-רב פון תימן, הרב עמרם קורח, האט נישט געמאכט קיין גט איידער עס איז באשטעטיגט געווארן דורך הרב שמן.

הרב שמן איז נפטר געווארן י"ב ניסן תשכ"א און ער ליגט אויפ'ן הר המנוחות.