רוי:פרישוואסער פיש

פון המכלול
ווערסיע פון 23:28, 23 מאי 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הוספת קישור בינוויקי en:Freshwater fish)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שלייען זענען בנמצאדיקע פרישוואסער פיש איבער דער גארער וועלט

פרישוואַסער פיש זענען פיש וואס לעבן א טייל אדער רוב פון זייער לעבן אין פרישוואסער, ווי טייכן און אזערעס, מיט א זאלצקייט ווייניגער פון 0.05%. די סביבות זענען אנדערש פון ימען אין אסאך וועגן, בעיקר אין וויפיל זאלץ געפינט זיך אינעם וואסער. כדי צו בלייבן לעבן אין פרישוואסער, דארפן די פיש א ריי פון פיזיאלאגישע ענדערונגען אז זייערע קערפער זאלן האלטן די ריכטיגע מאס זאלץ.

41% פון אלע באוואוסטע זגאלן פון פיש ווערן געפינען אין פרישוואסער.

פיזיאלאגיע

פרישוואַסער פיש זענען אנדערש פון זאלצוואסער פיש אין פארשידענע פרטים. זייערע זשאברעס מוזן האבן די מעגליכקייט צו פארשפרייטן וואסער אן צו פארלירן זאלצן פון די קערפער פליסיקייטן. די שופן פון די פיש שפילן אויך א ראלע אינעם פראצעס; ווען א פרישוואסער פיש פארלירט צו פיל שופן וועט צו פיל וואסער פארשפרייטן אריין דורך דער הויט, און דער פיש וועט שטארבן.

נאך אן אייגנקייט פון פרישוואסער פיש זענען די גוט אנטוויקלטע נירן. זיי דארפן זיין גרויס ווייל אסאך וואסער גייט אדורך זיי.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!