רוי:גלות נאציאנאליזם

פון המכלול
ווערסיע פון 23:20, 23 מאי 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הוספת קישור בינוויקי en:Diaspora politics)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער גלות־נאַציאָנאַליזם איז אַ פּאָליטישע און פילאָסאָפישע אידיִאָלאָגיע אויסגעטראַכט פון נתן בירנבוים אינעם אָנהייב פונעם 20סטן יאָרהונדערט. עס האַלט אַז אידן דאַרפן ניט קיין לאַנד אָדער מדינה צו האָבן אַ נאַציאָנאַלע עקזיסטענץ. דערצו זענען אידן שוין אַ פאָלק פון פאַרשידענע רייכע עדות/נאַציעס אינעם גלות. דער גלות־נאַציאָנאַליזם האַלט אַז אידן דאַרפן נאָר אָנערקענונג און האַלבאויטאָנאָמיע, צו שאַפן אַ געזונטע נאַציאָנאַלע קולטור אין גלות. אין אַ געוויסן זין איז דאָס טאַקע ניט קיין "נאַציאָנאַליזם".

בירנבוימס מאָטאָ איז געווען "ישׂראל גייט פאַר ציון". ד"ה אידן און זייערע קולטורן אין גלות זענען וויכטיגער ווי אַ בענקשאַפט נאָך דעם וואָס איז נאָך נישטאָ.

פאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן מער ווי 75% פון דער וועלטס אידן געהערט צו דער ייִדיש־רעדנדיקער עדה. בירנבוים און אַנדערע גלות־נאַציאָנאַליסטן האָבן געמיינט אַז אַ אינטערנאַציאָנאַלע גלות־קולטור וועט געבויט ווערן אין יענער שפּראַך. אָבער חיים זשיטלאָווסקי, אַ באַרימטער פילאָסאָף, האָט געמיינט אַז אַלע עדות, אַריינגענומען די לאַדינאָ און מזרחדיקע עדות, האָבן אַ רעכט צו אָנערקענוג און האַלבאויטאָנאָמיע, אפילו אין אַ צוקונפטיקער ייִדישער מדינה.

נתן בירנבוימס געדאַנקן זענען אָנגערעגנט געוואָרן פון שמעון דובנאָווס "בריוון וועגן אַלטע און נייע ייִדישקייט" און קאַרל רענערס "דער קאַמף דער עסטרייכישן נאַציע און דעם שטאָט".

ביים היינטיגן טאָג קעמפן די גלות־נאַציאָנאַליסטן אי קעגן דער העגעמאָניע פונעם ציוניזם ,ווי די הויפּט־אידיִאָלאָגיע פון נאַציאָנאַל־באַוואוּסטזיניקע אידן, אי קעגן דער אַסימילאַציע; וואָס האַלט אַז אידן זענען נאָר אַ רעליגיעזישע גרופּע אָדער ,נאָך ערגער, אַ צייטווייליגע גרופּע.

רעפערענץ

גאָלדשמיט, עמנואל. מאָדערן ייִדישע קולטור. ניו־יאָרק: פאָרדאַם אוניווערסיטעט פאַרלאַג, 2000

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!