רוי:בער סטערנס

פון המכלול
ווערסיע פון 23:20, 23 מאי 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הוספת קישור בינוויקי en:Bear Stearns)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בער סטערנס איז געווען די 6טע גרעסטע אינוועסמענט באנק אין אמעריקע.

די באנק איז געווען אויפן שוועל פון באנקראט צוליב א קעש פראבלעם, וואס האט זיך אנגעהאבן פון די פריים מארגעזעש פראבלעם. און זינטאג מערץ 16, 2008 האט די פירמע מסכים געווען צו ווערן אפגעקויפט פון זשעי פי מארגן פאר $236 מיליאן, ארום $2 א אקציע, $28 ווייניגער וויפיל עס האט זיך פארקויפט פרייטאג פאר $30. דער דיעל איז געשטופט און פינאצירט געווארן דורך די פעדעראל רעזערוו, צוליב די מורא אז בער סטערנס וועט אונטער גיין וועט די פינאציעלע מארקעטס אין אמעריקע קראכן, און כדי עס זאל נישט הייסן אז די פעד האט געהאלפן ראטעווען אינוועסטירער האבן זיי נישט געלאזט צאלן מער ווי צוויי דאלער אן אקציע. א וואך שפעטער האט זשעי פי מארגן ארויפגערוקט דעם פרייז צו $10 אן אקציע אז די אינוועסטירער זאלן מסכים זיין און די בער סטערנס ארבעטערס וואס זענען געווען א דריטל פון די אקציאנערן זאלן זיין צופרידן און קענען ארבעטן מיט זייערע נייע בעלי בתים.


די באנק איז געגרינדעט 1923 אלס א פירמע צו האנדלען מיט אקציעס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!