רוי:לינקאלן געדענקמאל

פון המכלול
ווערסיע פון 07:56, 15 אפריל 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אברהם לינקאלן" ב־"עיברעהעם לינקאלן")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

{{#coordinates:}}: קו רוחב בלתי־תקין

דער לינקאלן געדענקמאל (ענגליש: Lincoln Memorial) איז א גרויסע געביידע וואס געפינט זיך אינעם 'נאציאנאלן מאל', אין וואשינגטאן די.סי., וואס איז געבויט געווארן אין ערע און אנדענק פון דער 16טער אמעריקאנער פרעזידענט עיברעהעם לינקאלן. ס'איז פון די פאפולערסטע מאנומענטן אין די פאראייניגטע שטאטן.

Lincoln Memorial Washington DC 1.jpg

הינטערגרונט

דער געדענקמאל איז געבויט געווארן צו באעהרן דעם זעכצענטן אמעריקאנער פרעזידענט עיברעהעם לינקאלן.

דער פרעזידענט איז ווי באקאנט דערשאסן געווארן סוף פונעם בירגערקריג, אין יאר 1865. צוויי יאר שפעטער האט קאנגרעס אוועקגעשטעלט א קאמיטע וועלכע זאל אוועקשטעלן א מאנומענט אין אנדענק פונעם פרעזידענט. צוערשט איז געבויט געווארן א סטאטוע פון לינקאלן, אבער די  שיינע פרעכטיגע מאנומענט איז נישט געבויט געווארן ביז אין יאר 1914, באלד פופציג יאר נאכ'ן פרעזידענט'ס אטענטאט, צוליב מיינונגס דיפרענצן און צוליב די אנגייענדע ערשטע וועלט מלחמה.

אכט יאר שפעטער איז דער געדענקמאל פארענדיגט געווארן, און איז געעפנט געווארן מיט גרויס פאמפע, ביי א ראלי אין שפיץ פון פרעזידענט טעפט און פרעזידענט הארדינג, מיט די באטייליגונג פון א געשאצטע ציבור פון פופציג טויזענט מענטשן.

די געביידע

אויף דער געביידע, וואס איז הויך 60 פיס און 60 פיס ברייט, געפינען זיך 36 קאלומס לויט וויפיל שטאטן עס איז געווען אין אמעריקע ווען לינקאלן איז אומגעברענגט געווארן.

אין דער געביידע געפונט זיך א מאסיווע סטאטוע פון לינקאלן, וואס איז ניינצן פיס הויך, קונצליך געשניצט פון ווייסע מארמארשטיין. אויף די ווענט זענען איינגעקריצט צוויי היסטארישע רעדעס, לינקאלנ'ס איינשווערונג-דרשה און איינע פון די באקאנטסטע דרשות אין אמעריקאנער היסטאריע, די געטיסבורג רעדע וואס ער האט געגעבן ביים ציווילע קריג.

דער געדענקמאל איז אפן פאר באזוכער 24 שעה א טאג, און מער פון 7 מיליאן מענטשן באזוכן דארטן יערליך.

די מאנומענט זעט זיך פראמינענט אן אויפ'ן אמעריקאנער פינף דאלער ביל און פלעגט זיין אויפ'ן איין צענטיגע פעני מטבע.

היסטארישע געשעענישן

דער געדענקמאל איז דאס ארט פון פילע היסטארישע דרשות און ראליס וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן דארטן; צווישן אנדערע די היסטארישע "איך האב א חלום" דרשה פונעם פרייהייט-קעמפער מארטין לוטער קינג

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!