רוי:באקס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 


באָקס
Blow2.jpg
אילוסטראציע פון יאר 1867
ארץ מקור דער ספארט זעלבסט: אוראלטע היסטאריע, מעגליך פרעהיסטאריש
מאדערנע געזעצן פונעם ספארט: פאראייניגטע קעניגרייך
ספורט אולימפי 688 פאר'ן ציילן (אוראלט גריכנלאנד)
1904 (מאדערן)

באָקס איז א ספארט און קאמפקונסט וואס ניצט די אקציע פון געבן א זעץ מיט קראפט מיט א פארמאכטע האנט.

עס ווערט געשפילט דורך צוויי מענטשן וועלכע פרובירן צו זעצן איינער דעם צווייטן.

היינטיגע צייטן גייען די באקסערס מיט באזונדערע הענטשקעס.

היסטאריע

דער מקור פון באקסן אלס א ספארט איז נישט קלאר. לויט טייל מקורות האט עס פרעהיסטארישע ווארצלען אין וואס איז יעצט עטיאפיע. עס ווערט געשאצט אז עס איז פארשפרייט געווארן פון אוראלט מצרים צו אנדערע לענדער אינעם געגנט, אריינגערעכנט גריכנלאנד, צו מזרח זייט קיין מעסאפאטאמיע (היינט באקאנט אלס איראק, הויפטשטאט באגדאד), און צו צפון זייט קיין רוים[1].

אן אוראלטע מאלעריי איינגקריצט אין שטיין, געפונען געווארן אין יאר 1927 נאנט צו באגדאד, ווייזט צוויי מענטשן וועלכע גרייטן זיך צו זיך צו באקסן[2].

שפעטער איז עס נאכאמאל געווארן פאפולער אין ענגלאנד אינעם 17טן יארהונדערט און אין אמעריקע צווישן די קנעכט אין די דרום'דיגע שטאטן אין 19טן יארהונדערט. דער ערשטע באוואוסטע באקסן געפעכט אין אמעריקע צווישן ווייסע מענטשן איז געווען אין יאר 1816[1].

רעפערענצן

Stub general.png דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!