רוי:אחאב
אהאב מלך פון ישראל אין די צייטן פון ערשטען בית המקדש (געקיניגט לערך אין די יאָרן 854 --- 875 פאר דער געוויינ- לעכער צייט-רעכנונג). אין יענע צייטן זענען אין ארץ ישראל געווען צוויי יידי" שע מלוכות, איינע פון ,,מלכות יהודה" און די צווייטע די ,, מלכות ישראל" מיט דער קעניגלעכער רעזידענץ אין שומרון. אחאב איז געווען איינער פון די שטארק- סטע הערשער פון מלכות ישראל,. ער האָט געפירט מלחמות מיט די שכנותדי" קע מלוכות ארם און דמשק און האָט זי באזיגט. דערנאָך האָט זיך ווידער אָנגע- הויבן א מלחמה צוישן אחאב און ארם און אין דער מלחמה איז אחאב געפאַלן טויט פון א פייל װאָס אויף אים האָט געשאָסן א סאָלדאט פון ארמס מיליטער, וועגן אחאב ווערט אויך דערמאָנט אין די פלעקל-שריפטן, װאָס מען האָט אין די לעצטע צייטן געפונען אין אשור און בבל. פון לערך אחאבס צייטן שטאמט אויך דער באריהמטער דענקמאָל, דער ,שטיין פון מישע מלך מואב, וואו עס ווערט דערציילט, אז דער קעניג מישע פון לאנד מואב האָט מורד געווען אין מלכות ישראל און זיך אָפּגעריסן,. -- אחאב מלך ישראל איז באקאנט אין דער יידישער געשיכטע נישט אזוי פיל מיט זיין אויסערלעכער פּאָליטיק און מלחמות, װוי מיט דעם אינערלעכן רעליגיעזן קאמף, װאָס איז אין זיין צייט געפירט גע- װאָרן אין קעניגרייך ישראל. ועגן דעם דאָזיקן קאמף ווערט דערציילט אין ספר מלכים א' קאפּיטל ט"יז, יייז און ווייטער ביז צום סוף פון מלכים א', פון ספר מל- כים איז צו זען, אז פריער האָט איך אין קעניגרייך ישראל געהערשט די יידי- שע רעליגיע, און הגם דער ספר מלכים טרעט ארויס אויך קעגן די פריערדיקע הערשער פון ישראל, פארװאָס זיי האָבן געזינדיקט, אָבער אין אלגעמיין האָט מען געדינט צום גאָט פון יידישער רעליגיע. ערשט אחאב מלך ישראל האָט געמאכט א רעליגיעזע איבערקערעניש.. ער האָט חתונה געהאט מיט איזבל, דער טאָכטער פון פעניצישן מלך, און אזוי װוי אין פע" ניציע האָט געהערשט די רעליגיע פון אָפּגאָט ,.בעליי, האָט אויך אחאב אָנגע- נומען די דאָזיקע בעל-רעליגיע, און האָט זי גענומען איינפירן אין די שטעט פון מלכות ישראל. ער האָט אין דער הויפט- שטאָט שומוון אויפגעשטעלט א מובח פאר ,,בעל", און האָט איינגעפירט ספּע- ציעלע ,,כהנים" און /;נביאיםי' פאר דעם בעל (די ,כהני הבעל" און די ;נביאי הבעלי'), און אונטער דעם איינפלוס פון איזבל האָט ער געלאָזט טויטן די נביאים פון דער יידישער רעליגניע (נביאי ה.) קעגן דעם האָט אָנגעהױבן א קאמף דער פירער פון די יידישע נביאים, אליהו הנביא. וועגן דעם קאמף ווערט דערציילט אין ספר מלכים אין די דערמאָנטע קא- פּיטלעך פיל ספּורים, װי אװי אלס שטראָף פאר די זינד האָט אין מלכות ישראל נישט גערעגנט און עס איז גע- װאָרן א הונגער, און אז אליהו הנביא האָט אין דער אנועזנהייט פון אחאב מלך ישראל דורך פייער פון הימל בא- וויזן, אז ,.ה' הוא האלהים!, (דער יידישער גאָט איז גאָט), און וי אזוי אליהו האָט געהייסן טויטן די נביאי הבעל, און װי ער האָט דערנאָך געמוזט אנטלויפן ווייל איזבל האָט אים געװאָלט טויטן, אין ספר מלכים װוערט אויך דערציילט וועגן אנ" דערע שלעכטע מעשים, װאָס אחאב האָט אָפּגעטאָן אונטער דעם איינטלוס פון זיין ווייב איזבל, וי דאָס טויטן דעם יידישן גוט באזיצער נבות,. כדי ביי אים צוצו" נעמען זיין גאָרטן,. ענדלעך וװוערט דער" ציילט אין ספר מלכים װי אחאב איז גע" טויט געװאָוֹן אלס שטראָף פאר זיינע זינד, און װוי נאָך זיין טיט האָבן די יידישע נביאים אָרגאניזירט א רעװאָלו- ציע קעגן אחאבס קינדער, און דערקלערט דעם מיליטער-פירער יהוא בן נמשי אלס מלך, און ער האָט געטויט איזבל און אחאבס קינדער וי אויך די נביאי הבעל, -- וועגן אחאב װערט דערציילט אין מל- כים א' כ"ב אז ער האָט געבויט פיל שטעט און אויך א ,.בית השןי (א העל" פאנטביין-פּאלאץ), אין די לעצטע אָרן (1908 -- 1910) האָט מען געגראָבן אין ארץ ישואל אויף דעם ארט וואו עס איז אמאָל געשטאנען שומרון און מען האָט געפונען שפּורן פון דעם דאָזיקן פּאלאץ פֿון אחאב און אויך פיל כלים, װאָס שטא" מע פוֹן יענע צייטן,