רוי:אסקאר (פיש)

פון המכלול
ווערסיע פון 03:00, 26 פעברואר 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (לויט'ן העברעאישן מכלול און ענגלישן וויקיפעדיע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אָסקאַר

אסקאר (וויסנשאפטליכע נאמען: Astronotus ocellatus) איז אַ זגאַל פון פיש פון דער סיטשליד משפּחה, אויך באַוואוסט אונטער אַנדערע נעמען ווי טיגער אָסקאַר, סאַמעט סיטשליד, אָדער מערמלשטיין סיטשליד. אין דרום אַמעריקע, וואו די מינים וואוינען נאטירליכערהייט, ווערט דער אסקאר אָפט פארקויפט אין די מארקפלעצער אויף צום עסן. די פיש זענען אויך אריינגעברענגט געווארן אין אנדערע ערטער ווי כינע, אויסטראליע, און די פאראייניגטע שטאַטן. און די פאראייניגטע שטאַטן און אין נאך לענדער, איז עס גערעכנט אלס א פאפולערער פיש פאר אן אַקוואַריום.

טאקסאנאמיע

די מינים זענען צומערשט באשריבן געווארן דורך לואי אַגאַסי אין 1831 ווי לאָבאָטעס אָסעללאַטוס, אזוי ווי ער האט בטעות געמיינט אז עס איז א ים-פיש. שפּעטער איז באשלאסן געווארן אז עס געהערט צום מין אַסטראָנאָטוס. די מינים זענען אויך באוואוסט אונטער די נעמען: אַקאַראַ קאָמפּרעססוס, אַקאַראַ היפּאָסטיקטאַ, אַסטראָנאָטוס אָסעללאַטוס זעברע, און אַסטראָנאָטוס אָרביקולאַטוס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!