רוי:אהובה תומר
אונטער גענעראל אהובה תומר (14טן אקטאבער 1957 - 6טן דעצעמבער 2010) איז געווען א מדינת ישראל'דיגע פאליציאנטקע. אין 1997 איז זי געווארן באשטימט אויף דער נהריה פאליציי סטאנציע און אזוי איז זי געווארן די ערשטע פרוי אין דער מדינת ישראל פאליציי צו קאמאנדירן א סטאנציע. תומר איז געהרגעט געווארן ביי איר אויפגאבע ווערנט דער כרמל וואלדפייער אין 2010.
לעבנסגעשיכטע
תומר איז געבוירן אין לעמבערג אין דער אוקראינישער סאוויעטישער סאציאליסטישער רעפובליק פונעם סאוועטן פארבאנד (היינט אוקראינע). ביי צוויי יאר האט איר פאמיליע פארלאזט דאס לאנד ארויפגיין אין ישראל (נאך פארזוימען אין פוילן און עסטרייך). תומר איז אויפגעוואקסן אין קרית אתא.
זי האט געדינט אין צה"ל אלס א פאליציאנטקע אין דער צפון קאמאנדע. נאך איר באפרייאונג פון דער מיליטער איז זי צוגעשטאנען צו דער מדינת ישראל פאליציי. אין 1997 איז זי באשטימט געווארן קאמאנדיר פון דער נהריה סטאנציע, אזוי איז זי געווארן די ערשטע פרוי צו קאמאנדירן א פאליציי סטאנציע אין דער מדינת ישראל פאליציי.
תומר האט געדינט ווי די הויפט פון דער אקציעס אפטיילונג פון דער צפון קאמאנדע פון דער פאליציי, און נאכהער איז זי געווארן וויצע־קאמאנדיר פון דער חיפה סטאנציע. אין 2009 איז תומר באשטימט קאמאנדיר פון דער חיפה סטאנציע, די גרעסטע פאליציי סטאנציע אין ישראל.
כרמל טראגעדיע
דעם 2טן דעצעמבער 2010, ביי דער באהאנדלונג פון דער כרמל וואלדפייער, איז דער וואגן אין וואס זי איז געפארן אנגעקומען אין א פייער פאסטקע, און זי איז געפערלעך פארוואונדעט געווארן. דעם 6טן דעצעמבער איז זי נפטר געווערן פון אירע וואונדן. ביי איר טויט האט מען זי אויפגעהויבן צו אן אונטער גענעראל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!