רוי:רבי יעקב בן אשר

פון המכלול
ווערסיע פון 23:53, 17 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ספרדישע" ב־"ספרד'ישע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבינו יעקב בן הרא"ש רבינו אשר - דער בעל הטורים

רבנו יעקב בן אשר (ה'כ"ט, 1269 בערך - י"ב תמוז ה'ק"ג, 1343) איז געווען א פוסק, באקאנט ווי דער "בעל הטורים" צוליב דעם גרויסן הלכה ספר וואס ער האט געשריבן, דעם "טור".

לעבנסגעשיכטע

רבנו יעקב איז געבוירן געווארן אין קעלן, דייטשלאנד, דער דריטער זון פון רבנו אשר בן יחיאל (דער רא"ש) וואס איז געווען מיוחס צו רבי אליעזר בן נתן, דער ראב"ן פון די בעלי תוספות, און רבנו גרשום. ער האט געלערנט תורה ביי זיין פאטער, ווי אויך ביי זיין עלטערן ברודער רבי יחיאל. צוליב די רדיפות פון וואס די אידן אין דייטשלאנד האבן געליטן, איז דער רא"ש מיט זיין משפחה אריבער קיין טאלעדא איו שפאניע אין ה'ס"ד.

זיינע צוויי עלטערע ברידער, רבי יחיאל און רבי שלמה החסיד, זענען נפטר געווען יונג. כאטש ער איז געווען א גדול בתורה און האט געמוטשעט אויף פרנסה, האט רבנו יעקב נישט געוואלט אויפנעמען א רבנות שטעלע. נאך דער פטירה פונעם רא"ש, האט זיין יונגערע ברודער רבי יהודה געדינט אלס רב. זיינע ברידער רבי אליקים, רבי משה, רבי אליעזר און רבי שמעון זענען אויך געווען גרויסע למדנים אבער פון זייערע שריפטן איז גארנישט געבליבן.

בסוף ימיו איז רבי יעקב געפארן אין ארץ ישראל, אבער אונטערוועגס איז ער נפטר געווארן אינעם אינזל כיאס. די ספרד'ישע קהילה פון כיאס זאגן אז ער ליגט טאקע דארט, אבער אנדערע האלטן אז מ'האט געפירט זיין ארון צוריק אין טאלעדא און האט אים באערדיקט דארט.[1]

זיינע ספרים

פאראייביגונג

גאסן זענען גערופן נאך אים אין א צאל שטעט אין מדינת ישראל: בעל הטורים גאס אין די שטעט נתניה, תל אביב-יפו, ראשון לציון, און הטורים גאס אין מקור ברוך, ירושלים, וואס פארבינדט מלכי ישראל גאס, פון איין זייט, מיט יפו גאס.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!