רוי:רבי אלעזר מנחם מן שך

פון המכלול
ווערסיע פון 23:10, 11 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאנאוועזשער" ב־"פאניוועזשער")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אלעזר מנחם מן שך
געבורט י"ט טבת ה'תרנ"ח
טויט ט"ז חשון ה'תשס"ב (אלט: 103)
מדינה Flag of Israel.svg מדינת ישראל
טעקע:Rav shach apsport.jpg
פאס בילד פון הרב שך אלס בחור
טעקע:Fingertwist.jpg
הרב שך בפלפולא דאורייתא

הרב אלעזר[1] מנחם מן שך (געבוירן י"ט טבת ה'תרנ"חט"ז חשון ה'תשס"ב) איז געווען דער מנהיג פון דער ליטווישער תורה וועלט און דער ראש ישיבה פון דער פאניוועזשער ישיבה אין בני ברק. ער האט געגרינדעט די פּאליטישע תורה פארטיי "דגל התורה".

ביאגראפיע

אין ליטא

הרב שך איז געבוירן אינעם שטעטל וואבוילניק אין צפון ליטא, זיינע עלטערן, עזריאל און בת שבע, זענען געווען פשוטע אידן און סוחרים. שוין יונגערהייט איז ער באוואוסט געווארן אלס עילוי און צו עלף יאר אלט האט זיין מוטער אים געשיקט קיין פאנעוועזש צו לערנען ביים רב, הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש. ווען ער איז געווען אלט 13 איז ער אריבער צו סלאַבאדקע אונטער הרב רבי נתן צבי פינקל, באקאנט ווי דער "אלטער פון סלאַבאדקע". ער איז געווארן שטארק מושפע פון רבי ישראל מאיר קאגאן פון ראדין, דער חפץ חיים.

שפעטער

ט"ז אב תרפ"ג (1923) איז הרב שך געווארן א חתן צו גוטל גילמאווסקי, א טאכטער פון פרומא רבקה, שוועסטער פון הרב רבי איסר זלמן מעלצער. נאך דריי חדשים, צווישן יום כיפור און סוכות תרפ"ד (1923), האבן זיי חתונה געהאט אינעם שטעטל ניסעוויז לעבן סלוצק, א שטילע חתונה וואו קיין מענטש נישט פון הרב שכ'ס משפחה איז געווען אנוועזנד. הרב מעלצער איז געווען דער אונטערפירער פון הרב שך.

נאך דער חתונה האט ער געוואוינט א שטיק צייט אין מיר, וואו זיין שווער האט געוואוינט. אין יענער תקופה איז ער געווארן נאנט מיטן מירער רב, הרב אברהם צבי קאמאי. דער קשר צווישן זיי איז געבליבן לאנגע יארן; טייל פון די בריוו וואס זיי האבן געשריבן איינער מיט אנאנד זענען פארעפנטליכט געווארן אין רב שכ'ס ספר "אבי עזרי".

געווען א "תלמיד חבר" פון דעם בריסקער רב.

געווען ראש ישיבה אין קלעצק און קארלין אין אייראפע פאר דער מלחמה.

ווען הרב רבי יוסף שלמה כהנעמאן האט געעפנט די פאניוועזשער ישיבה אין בני ברק אין תש"ד, האבן די תלמידים פון דער לאמזשער ישיבה אין פתח תקווה, דעמאלסט די פירנדיקע ליטווישע ישיבה אין ארץ ישראל, מורא געהאט פונעם נייעם קאנקורענץ. האבן זיי פארגעשטעלט צום ראש ישיבה, רבי ראובן כ"ץ, צו ברענגען צו דער ישיבה הרב שך, און ער האט אים טאקע גערופן צו ווערן א ר"מ אין דער ישיבה. ער איז אריבער אליין צו וואוינען אין פתח תקווה, און יעדן שבת פלעג ער צוריקפארן צו זיין משפחה אין ירושלים.


שפעטער איז ער געווארן א מגיד שיעור און ראש ישיבה אין דער פאניוועזשער ישיבה לאנגע יארן.

אין שבט תשמ"ו, איז נפטר געווארן הרב רבי יעקב לאנדא, שטאטס רב פון בני ברק. הרב לאנדא איז געווען א חב"דסקער חסיד. אין זיין צוואה הרב לאנדא אז מען זאל באשטימען זיין זון, הרב משה יהודא לייב לאנדא, ווי זיין ממלא מקום. הרב משה לאנדא איז געווען אן אויסגשפראכענער חב"דסקער חסיד און א מגיד שיעור אין דער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב"ד. די ליטווישע האבן זיך דערקעננט שטארק אז ער זאל ווערן רב און האבן געפאדערט וואלן פארן רבנות פון דער שטאט. דער בירגערמייסטער משה אירנשטיין אבער האט זיך געמאכט נישט וויסנדיק פון זייער שטעלונג און האט אויסגערופן דעם זון ווי דער נייער שטאטס רב ביי זיין פאטער'ס לוויה. הרב שך האט נישט געפאלן די מעשה. ביי די נעקסטע וואלן פאר בירגערמייסטער פון בני ברק האט דגל התורה געשטעלט זייער אייגענעם קאנדידאט, און האט אויסגערופן אז זיי וועלן נישט אנערקענען דעם נייעם שטאטס רב. אין פאראלעל האט ער געהייסן רב חיים שאול קארעליץ אויפצושטעלן א באזונדערע קהילה, מיט אן אייגענעם בית דין, לאקאלע רבנים, א כשרות סיסטעם און נאך. די קהילה "שארית ישראל" עקזיסטירט נאך היינט.

זיינע חשובע תלמידים

משפחה

די קינדער פון רבי אלעזר מנחם מן שך און זיין ווייב גוטל זענען:

ליינט ווייטער

רעפערענצן

רעפערענצן

  1. די מקורות וואס שרייבן אליעזר זענען גרייזיג

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!