רוי:רבי יהודה אבן בלעם
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי יהודה בן שמואל אִבְּן בַּלְעַם (באקאנט אין אראביש אלס אבו זכרייה יחיא אדער אבן-אלעם; ד'תש"ס – ד'תתל"א) איז געווען א וויכטיגער פארשער און מדקדק פון לשון קודש און מפרש פון תנ"ך. ער האט געלעבט אין סעווילא, שפאניע, אין דער צווייטער העלפט פון 12'טן יארהונדערט.
זיינע אלע ספרים וועגן דקדוק און פירושים אויף תנ"ך האט ער געשריבן אין דער אראבישער שפראך, וואס איז דעמאלט געווען די באניצטע שפראך פון די אידן נישט נאר אין שפאניע, נאר אויך אין אפריקע, ארץ-ישראל און בבל. א טייל פון זיינע ספרים זענען איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש.
אין זיינע פארשונגען באניצט ער זיך אויך מיט דער מעטאד פון פארגלייכן די אראבישע שפראך מיט לשון הקודש.
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!