רוי:אנטווערפן

פון המכלול
ווערסיע פון 20:05, 10 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אנטווערפן
Flag of Antwerp (City).svg Coat of arms of Antwerp (City).svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Belgium.svg בעלגיע
קאָאָרדינאַטן 51°13′N 4°24′E / 51.217°N 4.400°E / 51.217; 4.400 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער בארט דע וועווער

 ‑ אין שטאט

472.000‏
www.antwerpen.be
AntwerpenLocatie.png

אנטווערפן (פלעמיש: Antwerpen; פראנצויזיש: Anvers - "אַנְוֶוער") איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין גרויסקייט אין בעלגיע און די גרעסטע שטאט אין פלאנדערן, די חלק וואו מען רעדט פלעמיש אין בעלגיע. אנטווערפן האט 472.000 איינוואוינערס (2008), פון דעם זענען דאָ בערך 15,000 חרדישע אידן אין אַנטווערפן.

די שטאט ליגט אין צפון זייט פון לאנד, נאנט צום האלענדישן גרעניץ, און אויפן סכעלדע פלוס.

היסטאריע

דער נאמען

לויטן פאלקלאר האט די שטאט באקומען זיין נאמען פון א לעגענדע איבער א ריז ''אנטיגאן'' וואס האט געוואוינט נעבן דעם טייך סכעלדע, ער פלעגט איינמאנען א צאל פון יעדן איינעם וואס איז אריבער געגאנגען דעם טייך, און פאר דעם וואס האט נישט געוואלט צאלן, האט ער אפגעשניטן איין האנט און אריין געווארפן אין טייך. צום סוף איז דער ריז געהרגעט געווארן דורך א יונגער העלד מיטן נאמען ''בראַבאָ'', ער האט אפגעשניטן א האנט פונם ריז אין אריין געווארפן אין טייך. וועגן דעם איז דער נאמען אנטווערפן - וואס מיינט האנט ווארפען.

לגבי דער עטימאלאגיע, איז א פאקט אז אמאליגע צייטן פלעגט מען פראקטיזירן אפשניידן הענט אין אייראפע. אבער יאהן לאטראפ מאטלי ארגומענטירט אז דער נאמען קומט פון דעם ווערף וואס מיינט וואסער (אין ענגליש the wharf).

דאס מערסטע איז אנגענומענע טעאריע איז אז דער שורש נעמט זיך פון די צייטן פון גאליע-רוימישע פעריאדע און קומט פון דאס לאטיינישע ווארט אנטווערפיאַ. אנטווערפיאַ דארף צו מיינען אנטע פארן ווערפיאַ זיך איינזעצן.

פאר די 1500ער יארן

ביים סוף פונעם 15טן יארהונדערט איז אנטווערפן געווארן דער צענטער פון דער אינטערנאציאנאלער עקאנאמיע.

געמיינדעס

די געמיינדע באשטייט פון אנטווערפן שטאט מיט נאך אנדערע שטעטלך, וואס צוזאמען איז עס ניין דיסטריקטן:

  1. אנטווערפן (דיסטריקט)
  2. בערכעם
  3. בערענדרעכט-זאַנדווליעט-לילאָ
  4. באָרגערהויט
  5. דערנע
  6. עקערען
  7. האָבאָקען
  8. מערקסעם
  9. ווילרייק

האנדל

אנטווערפן האט לאנגע יארן געהאט דער וועלטס גרעסטע בערזע וואו מ'האט געהאנדלט מיט דיאמאנטן.

אין די לעצטע יארן איז דער דיאמאנט האנדל אין אנטווערפן שטארק געפאלן צוליב וואס די פירמעס האבן אנגעהויבן שלייפן דיאמאנטן אין אינדיע וואו עס קומט אויס א סך ביליגער.

אנטווערפן האט די באוואוסטע בעקעריי "קליינבלאט". אויך הערצעל און גאלד

אידנטום

Postscript-viewer-blue.svg אנטווערפן אידנטום

נאך דער חורבן אייראפע ווען כמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון אנטווערפן איז פארניכטעט געווארן, איז די שטאט געווארן א צענטער פאר ארטאדאקסישע אידן. בערך 15,000 חרדישע אידן וואוינען אין דער שטאט, רובם ככולם חסידים. די שטאט האט דריי אפיציעלע קהילות: שומרי הדת (זייער רב איז הרב דוד משה ליבערמאן), מחזיקי הדת (זייער רב איז הרב אהרן שיף) און די פארטוגעזישע קהילה "בני משה". די מחזיקי הדת האט א נעצווערק פון כשרע קראמען (אויפן וועלכן זיי געבן אן השגחה), און נאך פארשידענע ארגאניזאציעס.

באזונדער פונקציאנירן אין שטאט פיהלע צענדליגע בתי מדרשים און שטיבלעך פון אלערליי שיכטן און קרייזן, דערונטער: צוויי בתי מדרשים פון בעלזא, צוויי בתי מדרשים פון סאטמאר, צוויי בתי מדרשים פון באבוב, צוויי בתי מדרשים פון וויזניץ, סקווירא, גור, טשארטקוב, אלכסנדר, מאכניווקא און נאך.

דאס פשעווארסקער חסידות איז הויפטקווארטירט אין אנטווערפן, זינט שנת תשי"ח ווען הרה"ק רבי איציק'ל מפשעווארסק האט זיך אריבערגעצויגן פון פאריז. דערנאך האט דאס ממשיך געווען חתנו הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק, און לאחר פטירתו ביום ז"ך חשון תשנ"ט איז בנו יחידו כ"ק פשעווארסק'ער רבי נתעטר געווארן בכתר האדמורו"ת.

איינער פון די באקאנטע פערזענליכקייטן אין דער שטאט איז געווען הרב הגאון חיים קרייזווירטה, אב"ד פון מחזיקי הדת אומגעפער פופציג יאר, ביז זיין פטירה אין תשס"ג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!