רוי:לוצק

פון המכלול
ווערסיע פון 19:54, 10 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לוצק
Луцьк
Prapor Lutsk.svg Herb Lutsk.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
די גרויסע שול פון לוצק
טעקע:Orphan lutsk 1936.png
יתומים הויז אין לוצק תרצ"ו

לוצק (אוקראיניש: Луцьк; רוסיש: Луцк) איז א שטאט ביים סטיר טייך אין צפון-מערב אוקראינע, אין דעם צענטער פון וואלין פראווינץ, מערב פון דער הויפטשטאט קיעוו. איר באפעלקערונג איז 206,000 (2007). פונעם 14טן יארהונדערט האט די שטאט געהאט א אידישע קהילה וואס איז געווען א מיטגליד אינעם וועד ארבע ארצות.

היסטאריע

לוצק, איינע פון די ערשטע שטעט אין היינטיגער אוקראינע, איז געגרינדעט געווארן אין 1085. ער איז געווען די הויפטשטאט פון דעם פרינצטום פון גאליציע-וואהלין, ביז מ'האט אויפגעשטעלט די שטאט לודמיר. לעבן דער שטאט האט מען געבויט א פעסטונג צו שיצן קעגן אינוואזיעס. אין 1240 האבן די טאטערן איינגענומען די שטאט, אבער די פרינצן האבן געהאלטן די פעסטונג. אין 1321 איז דערמארדעט געווארן דער לעצטער פרינץ אין קאמף קעגן די ליטווינער. דער מלך פון פוילן, קאזימיר דער דריטער, האט איינגענומען די שטאט אין 1349, אבער קורץ נאכהער האט ליטע זי צוריקגענומען אונטער זייער הערשאפט.

אין 1432 איז לוצק געקומען אונטער דער הערשאפט פונעם פוילישן קרוין און האט באקומען מאגדעבורג רעכטן. ביזן סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז לוצק געווען אין פוילן; ביזן סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה אין רוסלאנד; צווישן די צוויי וועלט מלחמות אין פוילן. אין 1939 האט דער סאוועטן פארבאנד איינגענומען לוצק; אין 1941 איז זי געקומען אונטער דער אקופאציע פון נאצי דייטשלאנד;[1] נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי ווידער אמאלל געווארן א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד. זייט 1991 איז לוצק אין אוקראינע.

אידן אין לוצק

אידן האבן געוואוינט אין לוצק אינעם 10טן יארהונדערט, און א געמיינדער פון קראים זענען געקומען דארטן אינעם 13טן יארהונדערט.

לוצק איז געווארן א פאליטישער און עקאנאמישער צענטער. נאך דער פאראייניגונג פון פוילן מיט ליטא אין 1569 האבן די אידן אנגעהויבן צו האנדלען אויף א גרעסרן אופן; א טייל האבן געדונגען די ארענדע אויף שטייערן, ברייערייען און פאטאש פראדוקציע; אנדערע האבן געהאנדלט מיט וואלד און לאנדווירטשאפט פראדוקטן.

מקורות




רעפערענצן

  1. לוצק ביי - יד ושם וועבזייטל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!