רוי:אברהם אלבערט אנטעבי
געבורט |
1869 דמשק |
---|---|
פטירה |
1919 (אלט: 50 בערך) סטאמבול |
פאך | אינזשעניר און לערער |
אברהם אלבערט אנטעבי (Albert-Abraham Antébi; ה'תרכ"ט, 1869, דמשק – ב' אדר ב' ה'תרע"ט, 4טן מערץ 1919, סטאמבול) איז געווען אן אינזשעניר און לערער, א וויכטיגער פירער און אַקטיוויסט אין דער אידישער געמיינדע אין ארץ ישראל ביים אנפאנג פון 20סטע יאָרהונדערט. ער האט געהאט אַ גרויס השפּעה אויף די אטאמאנישע אויטאריטעטן וועלכע האבן דאן געוועלטיגט איבער ארץ ישראל. ער האט פיל בייגעשטייערט צו דער אַנטוויקלונג פונעם אידישן חינוך און ישוב אין ארץ ישראל.
ביאגראפיע
אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ט (1869) אין דמשק, סיריע צו אסתר (קאַטראן) און רבי אליהו יוסף ענתבי (1847–1919). זיין פאָטער איז געווען א לערער פון העברעאיש, וועלכער האָט געארבעט אין דמשק און מצרים, און דער מחבר פון ספר "ויצבור יוסף", א מיטגליד פון א ספרד'ישער רבנ'ישער פאַמיליע פון דער שטאָט ענתב. זיין זיידע איז געווען רבי יעקב ענתבי, דער הויפט פארטיידיגער אין דמשק.
ער האט געלערנט אין ישיבה, און דערנאך אינעם שולע פון "כל ישראל חברים" ביז צו די צען יאר אלט. וויבאלד ער האט זיך אויסגעצייכנט אין זיינע לימודים, האבן אים זיינע לערער געשיקט, אין יאר ה'תר"מ (1880), קיין פאריז, וואו ער האט געלערנט אין אן ארטיגע שולע. אין יאר ה'תרנ"ו איז ער געשיקט געווארן דורך "כל ישראל חברים" אין פאריז קיין ירושלים כדי צו דינען אלס הויפט העלפער פאר נסים בכר[1].
ער האט געהייראט אריעט נבון פון פאריז[1].
איו יאר ה'תרנ"ח האט זיך נסים בכר אפגעזאגט פון זיין פאסטן, און דאן איז אנטעבי אויפגענומען געווארן אלס הויפט מנהל פון אלע מוסדות פון "כל ישראל חברים" אין ארץ ישראל[1].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 דוד תדהר (רעדאקטאר), "אברהם אלבערט אנטעבי", אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו ב (1947), עמ' 853
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!