רוי:קשר של תפילין

פון המכלול
ווערסיע פון 23:49, 23 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (שטיקל אריינפיר, אויסשטעל און אינטערוויקי)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

לויט דער הלכה דארף די תפילין האבן קשרים (קנופן), סיי דער של יד סיי דער של ראש. וויאזוי מען מאכט דעם קשר אין דעם של ראש שטייט נישט אין דער תורה נאר איז א הלכה למשה מסיני.

קשר של ראש

דער קשר אויפן של ראש מאכט מען מיט א צורה פון א דל"ת. ס'איז פאראן אין דעם דריי אנגענומענע מנהגים: דער מערסט פארשפרייטער מנהג היינט איז צו מאכן דעם קשר ווי א געוויינליכן דל"ת, און מען טרעפט דאס אין אלע קרייזן; דער מנהג פון די תימנים און דער אלטער מנהג פון אשכנז, וואס רוב חסידים זענען נוהג איז א פירעקיג קשר; און דער מנהג אין צאנז איז א גרויסער קשר וואס זעט אויס ווי א שלאס "ם" וואס באדייט דעם אות ד' צוויי מאל.

צאנזער קשר

דער צאנזער קשר איז א סארט קניפּ פון תפילין של ראש, געמאכט פון צוויי דל"ת'ס, און זעט אויס ווי א שלאס מ"ם. אנדערש פון א קשר דל"ת מיט א צורה פון איין דל"ת, אדער קשר מרובע מיט א צורה פון א קוואדראט.

עס איז דא א מקור דערצו אין זוהר הקדוש אז די קניפ פון תפילין של ראש דארף צו האבן צוויי דל"ת'ס.

דער סיסטעם פון אויפבויען דעם קשר איז ערפינדן געווארן דורך רבי נתן אדלער וואס האט זיך אסאך מטריח געווען דאס צו ערפונדן. נאך וואס זענען געגאנגען מיט דעם קשר איז זיין תלמיד דער חתם סופר, און דער צאנזער רב בעל דברי חיים און זיינע קינדער נאך אים. היינט איז דער קשר אנגעפירט אין דער צאנז קלויזנבורגער קהילה.

דער צאנזער רב האט זיך זייער אנגעשטרענגט וועגן דעם קשר און געשיקט אן עקסטרער שליח קיין פרעשבורג כדי צו לערנען ווי צו מאכן דעם קשר.

דער צאנזער רב'ס עלסטער זון רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב האט מקפיד געווען נישט צו גיין מיט דעם קשר, זאגנדיג אז כדי צו מאכן דעם קניפ דארף מען צו זיין א גרויסער מומחה און ווען עס וועט נישט גענוי פאסטן אויפן קאפ וועט זיין א שטיקל פראבלעם עס צו ארדענען.

אין דער צאנז קלויזנבורגער געמיינדע איז דער קשר זייער שטארק איינגעפירט, און ווען מען האט געפרעגט דעם צאנז קלויזנבורגער רבי'ן צי צאנזער קשר איז ליחודי סגולה אדער אויך פאר פשוט'ע מענטשן, און צי מען מעג טוישן פון דעם טאטע'נס פירונג און מאכן דעם קשר, האט ער געענטפערט אז אויף אנדערע קשרים קען מען מפקפק זיין אבער דעם קשר איז גוט לכו"ע. דאך אבער מען זאל נישט טוישן אויב מען איז נישט בקיא אין דעם קשר, ווייל ווען עס וועט נישט זיין גוט אויפן קאפ זאל מען דאס קענען קלענער אדער גרעסער מאכן.

קשר של יד

דער קשר פונעם של יד איז געמאכט ווי אן אות יו"ד. ס'איז א מחלוקת רש"י און רמב"ם וויאזוי צו מאכן דעם קשר, און מען איז נוהג צו מאכן א קשר וואס איז יוצא ביידע דעות.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!