רוי:טריסקעוויץ
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
|
טריסקעוויץ, טרוסקעוויץ (אוקראיניש: Трускавець טרוסקאוועץ; פּויליש: Truskawiec טרוסקאוויעץ) איז א שטאט אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, נאענט צום פוילישן גרענעץ. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 29,583 (אין 2012).
פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.
טריסקעוויץ איז א קורארט, צופוסנס די קארפאטן בערג.
געשיכטע
די ערשטע בעדער האט מען געעפנט אין טרוסקעוויץ אין 1827, אונטער עסטרייכער הערשאפט. אין 1911 האט מען געעפנט א באן סטאנציע אין דער שטאט אויף דער מאסקווע - אדעס ליניע.
געאגראפיע
טריסקעוויץ געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 70 ק"מ דרום פון לעמבערג, 25 ק"מ מערב פון סטרי און 8 ק"מ דרום פון דראהביטש.
יידישע היסטאריע
אין 1880 האבן געוואוינט אין טריסקעוויץ 58 יידן, און אין 1921 האבן געוואוינט דארט 149 יידן.[1]
רעפערענצן
- ↑ "טריסקעוויץ", אויף "JewishGen" (ענגליש)
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|