רוי:מנחת כהן
מנחת כהן איז א באקאנטער יסודות'דיגער ספר אויף הלכה, פארפאסט דורך רבי אברהם הכהן פימינטיל, א רב אין די ספרד'ישע קהילה אין אמסטערדאם און האמבורג.
דער ספר אנטהאלט אין זיך דריי באזונדערע ספרים: "מבוא השמש" אויף הלכות בין השמשות, "התערובות" אויף הלכות תערובות, און "משמרת השבת" אויף הלכות בישול בשבת.
אויפנאמע
דער ספר איז זייער אן אנגענומענע און מען ברענגט אים אסאך נאך, ובפרט דער חלק מבוא השמש וואו ער איז מבאר די שיטה פון רבינו תם. בארימטע פוסקים ווי דער פרי חדש און דער פרי מגדים האבן געשריבן קונטרסים אויף דעם ספר.
אינעם ערשטן דרוק איז פארהאן אן הסכמה פון רבי יצחק אבוהב דע-פאנסיקא פון אמסטערדאם, וואו ער באוואונדערט דעם מחבר און זיין חיבור.
דרוקן
דער ספר איז געדרוקט געווארן צוערשט אין אמסטערדאם ביים לעבן פונעם מחבר, אין יאר ה'תכ"ח. אין די יארן ה'תר"א און ה'תרל"ט איז עס געדרוקט געווארן אין לעמבערג. עס איז שפעטער איבערגעדרוקט געווארן אין ניו יארק בדפוס אברהם יצחק פריעדמאן, דורך יחיאל מיכל פארגעס פון ברוקלין.
אין יאר תשנ"ז האט מען עס אנגעהויבן איבערצודרוקן דורך מכון מנחה תמה פון ירושלים, מיט א ביאור שמן המשחה געשריבן דורך ר' יחזקאל שפיצער פון שיכון סקווירא. אויך איז בייגעלייגט א קונטרס "מראה כהן" וואו דער באקאנטער היסטאריקער און שרייבער ר' בערל שווארץ שרייבט אפ זיין ביאגראפיע.
דרויסנדע לינקס
- מנחת כהן, אמסטערדאם
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!