רוי:יצחק מרדכי שפירא

פון המכלול
ווערסיע פון 10:46, 14 יאנואר 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (וויקיפּעדיע אנטיק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק מרדכי שפירא זצ"ל (מנחם אב ה'תרכ"ז - ג' תמוז ה'תר"צ), פון גוואדזשיץ.

אפשטאם

רבי יצחק מרדכי איז געבוירן אין סאדיגורא אין חודש מנחם אב ה'תרכ"ז, צו זיין פאטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא פון מאגלניצא, א זון פון הרב רבי חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת הדסה פייגא ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), א טאכטער פון הרב רבי אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער.

רבנות

נאך דער פטירה פון זיין פאטער י"ט מנחם אב ה'תרמ"ז האבן די חסידים פון גאליציע געבעטען רבי יצחק מרדכי און זיין ברודער רבי חיים מוניא זאלן קומען קיין גאליציע און דארט גרינדן זייער הויף, זיין ברודער האט זיך באזעצט אין דראהביטש און רבי יצחק מרדכי האט זיך באזעצט אין גוואדזשיץ.

ביי דער ערשטע וועלט קריג איז רבי יצחק מרדכי אנטלאפן קיין וויען, און איז דארט פארבליבן ביז זיין הסתלקות.

הסתלקות

רבי יצחק מרדכי איז נפטר געווארן ג' תמוז ה'תר"צ, און ער ליגט אין וויען.

זיין רביצין מרת צפורה פייגא איז נפטר געווארן כ' חשון ה'תש"ג. און זי ליגט אין הר הזיתים.

פאמיליע

רבי יצחק מרדכי האט געהייראט מרת צפורה פייגא א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס ברודער) הרב ישראל פרידמאן פון סאדיגורא. זייערע קינדער:

  • הרב שלום יוסף שפירא.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (31)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!