רוי:רבי אבהו

פון המכלול
ווערסיע פון 10:27, 8 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. החלפות (וואו, וו), צופאסונג, הגהה, אויסשטעל, צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, שמות הקודש, פארברייטערט, מקור פארלאנגט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אבהו איז געווען פון די באדייטנדסטע אמוראים פון דריטן דור אין ארץ ישראל, וועלכער האָט אויך געשפילט א גרויסע פאליטישע ראלע ביי די אידן פון ארץ ישראל אין יענע צייטן. רבי אבהו האָט געלעבט אומגעפער אין אָנהויב פון 4טן יאָרהונדערט. ער איז געווען א תלמיד פון אמורא רבי יוחנן. אין דער גמרא ווערן גאנץ אפט געברענגט הלכות אלס "אמר רבי אבהו אמר רבי יוחנן".

וואוינארט און שטאנד

רבי אבהו האָט געוואוינט אין דער שטאָט קיסרין, וואס די רוימער האבן גערופן "צעזארא". דאָס איז געווען א פּאָרט שטאָט אין ארץ-ישראל, אויפן ברעג פון מיטלענדישן ים. אין יענע צייטן האָט רוים געהערשט אין ארץ- ישראל, און אין קיסרין איז געזעסן דער רוימישער הערשער פון ארץ ישראל. רבי אבהו איז געווען נישט נאר גרויס אין תורה, נאר אויך א קענער פון דער גריכישער שפראך און וועלטליכע וויסנשאפטן. ער איז דעריבער געווען א גרויסער חשוב ביי די רוימישע הערשער וואס האבן געוואוינט אין קיסרין, און דאדורך איז ער געווארן דער פאקטישער פירער פון אלע אידן אין ארץ-ישראל. דעמאָלט איז איבער די אידן אין ארץ ישראל געווען אלס פירער דער נשיא רבן גמליאל החמישי, וועלכער איז אָבער געווען קלענער פון רבי אבהו און דעריבער איז ער אויך געווען אונטערווארפן אונטער רבי אבהו.

מימרות

פון רבי אבהו ווערן געברענגט אין דער גמרא אסאך הלכות און דברי אגדה; ווי: "לעולם יהא אדם מן הנרדפים ולא מן הרודפים" (א מענטש]] זאל בעסער זיין פון די פארפאָלגטע און נישט פון די וואָס רודפ'ן יענעם)[1]; די וועלט עקזיסטירט נאָר אין זכות פון דעם מענטש, "שמשים עצמו כמי שאינו" (וואס מאכט זיך פאר גאָרנישט)[2]. ער האָט געהאלטן אז מען דארף שעצן מענטשן וואָס האבן געזינדיגט און תשובה געטון, זאגנדיג דאס באקאנטע ווארט אז "במקום שבעלי תשובה, עומדים צדיקים גמורים אינם עומדים"[3], דאָס הייסט אז א בעל תשובה איז גרעסער פון א צדיק וואָס האָט קיינמאָל נישט געזינדיגט.

שתדלנות און וויכוחים

אין דער גמרא געפינען מיר, אז רבי אבהו פלעגט זיך משתדל זיין ביי די רוימישע שרים פאר דער טובה פון די אידן[4].

רבי אבהו האָט געפירט ויכוחים מיט די אָנהענגער פון קריסטנטום אין יענער צייט, ווען די קריסטליכע גלויבן האָט זיך פארשפרייט אין ארץ-ישראל. אין ירושלמי ווערט געברענגט זיין טייטש אויפן פּסוק "לא איש א-ל ויכזב, בן אדם ויתנחם", ווייל גאָט זאָגט אז ער איז נישט קיין זון פון א מענטש (בן אדם)[5].

משפחה

רבי אבהו האָט געהאט 5 זין (אבימי, אביי, רבי חנינא, רבי זעירא און רבי שמעון) און איין טאָכטער, וועגן וועלכער עס ווערט דערציילט אז ער האָט איר געלערנט גריכיש, וואס אנדערע חכמים האבן געהאלטן אז מען טאָר עס נישט לערנען[6].

פטירה

די גמרא פארציילט, אז ווען רבי אבהו איז נפטר געווארן האָבן געוויינט אפילו די "שטאָט-זיילן פון קיסרין"[7]. דאָס הייסט, אז עס איז געווען א טרויער ביי אלעמען[מקור פארלאנגט: אז דאס מיינט עס אנצודייטן].

רעפערענצן


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!