רוי:טעראר אטאקע אין מומביי (2008)

פון המכלול
ווערסיע פון 10:45, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די ערטער וואס מען האט אטאקירט

אום דעם 26טן נאוועמבער 2008 האט אנגעהויבן אין דער שטאט מומביי א קאארדינירטע טעראר אטאקע פון א גרויסער גרופע פון פאקיסטאנער טעראריסטן וואס האט אינפֿילטרירט פונעם ים און האט אויסגעהרגעט און פארוואונדעט הונדטערטע בירגערס, אינדיאנער און מערבדיקערס. טעראריסטן באוואפן מיט ביקסן האבן געהערשט אויף עטלעכע ערטער, געהרגעט בירגערס און גענומען ערבניקעס. די אטאקע איז געווען גלײַכצײַטיק אין פארשידענע ערטער, פון זיי: טשהאראפאטי שיוואזשי סטאנציע, טאזש מאהאל האטעל, אבערוי טריידענט האטעל און דעם מומביי חב"ד הויז . אין די אטאקעס האבן זיי געהרגעאט מער ווי 195 מענטשן און פארוואונדעט מער ווי 300.

די טעראריסטן זענען אנגעקומען אין מומביי ארום ניין אזייגער אין דער אוונט. זיי זענען אריין אין א באן סטאנציע וואו זיי האבן געשאסן אויף מענטשן וואס זענען ארויסגעקומען פון די באנען און געווארפֿן גראנאטן. די האטעלן זענען איינגענומען געווארן דורך טעראריסטן וואס האבן געשאסן ווילדערהייט און געווארפן גראנאטן. א טייל פונעם האטעל איז ארויף אין די פֿלאמען. צו די זעלבע צייט האבן צוויי פון די טעראריסטן אויסגעזיכט דאס חב"ד הויז און געפֿאנגען די יידן וואס האבן זיך געפונען דארטן.

דערווײַל האט די אינדישע ארמיי זיך געגרייט צו באפאלן די איינגענומענע געביידעס. פרייטאג נאכן זמן פון ליכט בענטשן האבן די אינדישע קאמאנדאס מצליח געווען איבערצונעמען די געביידע. ווען זיי זענען אריין האבן זיי געטראפֿן אז די מערדער האבן קאלטבלוטיק געשאסן אלע יידן.


חב"ד הויז

דאס חב"ד הויז אין מומביי געפינט זיך אין נארימאן הויז און איז געווען געפירט ביז דער אטאקע פון הרב גבריאל האלצבערג און זיין ווייב רבקה האלצבערג. די טעראריסטן האבן אויסגעקליבן חב"ד הויז אלס א ציל, ווייל דאס איז א צוזאמענקומף פונקט פאר יידן. מיטוואך דעם 26טן נאוועמבער איז אנגעקומען די בשורה אז טעראריסטן זענען אריין אינעם הויז, און אז הרב האלצבערג מיט זיין ווייב, הרב לייבוש טייטלבוים (זון פונעם וואלאווער רב אין ניו יארק) און בן-ציון קראמאן פון קרית באבאוו אין בת ים געפינען זיך דארטן. טייטלבוים און קראמאן זענען געווען אין אינדיע אלס משגיחים פון כשרות וואס געבן אן אויפֿזיכט פון א כשר'ער פראדוקציע אונטער דעם וואלאווער הכשר.

ווען מען האט געפונען די קערפער פון די געהרגעטע האט מען געטראפן:

  • הרב גבריאל האלצבערג (אלט 29), דער חב"ד שליח אין מומביי
  • זיין ווייב רבקה האלצבערג (געב' ראזנבערג) (אלט 28) פון עפולה, ישראל
  • הרב לייבוש טייטלבוים (אלט 37) אן איידעם פֿונעם תולדות אברהם יצחק רבי
  • הרב בן-ציון קראמאן (אלט 27), א טאטע פון דריי קינדער
  • יוכבד ארפאז, אן עלטערע פרוי פון תל אביב
  • נארמא שווארצבאלד-ראבינאוויטש פון מעקסיקא

מאנטאג איז פארגעקומען א הספד פאר די האלצבערגס אין דער כנסת אליהו שול אין מומביי.

מקור