רוי:רבי שלום מרדכי וועבערמאן
רבי שלום מרדכי וועבערמאן (ה'תקפ"ב – ט"ז אדר א' תרמ"ו), באקאנט אלס ר' שלום ליקער, זייענדיג רב אין דער שטאט טיסא-ליק אין צפון-מזרח אונגארן.
זיין לעבנס געשיכטע
ער איז געבוירן צו זיין פאטער צבי הערש, און זיין מוטער רייזל, אין קאשוי (היינט אין סלאוואקיי). ער האט פארהייראט די רעביצין בלימע, פון דער ציטראן פאמיליע.
רבי שלום מרדכי איז געווען באקאנט אין גאנץ אונגארן, אלץ צדיק וקדוש און זעלטענער פועל ישועות, און דער הייליגער צאנזער רב האט זיך אויסגעדרוקט פאר יודן אין זיין געגענט: וואס קומט איר צו מיר אויב איר האט ר' מרדכי'לע ביי אייך?....
ער האט געהאט אין שטאט זיין אייגענע פריוואטן בית מדרש וואו ער האט געפראוועט, און אַיעדע מוצאי שבת פלעגט ער פראווען מלוה דמלכה מיט א ערך פון אכציג חסידישע יודן, און זייענדיג דער גוטער יוד וואס האט צוזאמען געהאלטן אלע, האט ער געגעבן ברכות און טאקע גע'פועל'ט ישועות פאר אסאך.
ער איז געווען זייער בידידות מיטן ליסקער רב. ר' שלום איז געווען א שטארקער בעל מחמיר אויף זיך בכל הענינים, און ספעציעל פסח האט ער זיך געפירט, אז חוץ די כזיתים האט ער נישט געגעסן קיין מצות א גאנץ פסח.
אויך א ישיבה מיט תלמידים האט ר' שלום געפירט, וואו ער האט פארשפרייט תורה, און זייענדיג א גאון וגדול בתורה, האט ער געהאט אפגעשריבן אסאך חידושי תורה אויף ש"ס און סוגיות, אבער ס'גארנישט היינט געבליבן, ווייל אינעם לעצטן חורבן האבן די נאציס ימש דאס אלעס פארברענט.
זיין פטירה
ר' שלום איז נסתלק געווארן אום זונטאג ויקהל, ט"ז אדר א' תרמ"ו, אלט זייענדיג אומגעפער 64 יאר.
ער ליגט אינעם בית החיים אין שטאט טיסאליק, און אויף זיין מציבה שטייט גאר גרויסע טיטלען: איש קדוש וטהור בשחקים בהיר, הרב הצדיק בוצינא קדישא חסידא ופרישא וכו' שמו הלך בכל המדינה.. אינעם ספר מעטה נפתלי שטייט א הספד אויף עטליכע צדיקים, און אינצווישן שטייט אויף ר' שלום; הרב המאור הגדול הצדיק מו"ה מרדכי מליק ז"ל וכו' זה יותר מארבעים שנה עסק במסירות נפש להרביץ תורה ועבודה בישראל מתוך עינוי ויסורין מרים..
נאך זיין פטירה האט זיין איידעם הרב [[רבי שמשון זעליג גאלדשטיין ווייטער אנגעפירט די שול און ישיבה אין ליק, און ס'געווען באוואוסט אלץ דאס חסידישע שטיבל אין שטעטל, און די בעלי בתים פלעגן עס רופן "די יצמח פורקניה שול".
וועבלינקן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!