רוי:רבי יצחק אזולאי
רבי יצחק אַזולאַי איז געווען אַ זון פון רבי אברהם אזולאי דער בעל מחבר פון דעם אינטערעסאַנטען ספר חסד לאברהם אַ זיידע פונעם חיד"א.
ער האָט חתונה געהאַט מיט די שוועסטער פון ר' נחמי' דנינו פון די רבנים פון חברון (מעגל טוב) דער חיד"א שרייבט אויף אים אין שם הגדולים "א מקובל און אַ בעל מחבר ספר". אויך שרייבט ער אויף אים "מיין שוועסטער קינד ר' ישראל זאבי האָט געזאָגט אויף אים זייער אינטערעסאַנטע זאַכן, אַ בעל מקובל, ער פירט זיך בחסידות, און באַווייזט מופתים".
דער חיד"א ברענגט פון אים אינטערעסאַנטע חלומות (זעה מחזיק ברכה חלק אורח חיים סי' ר"י סקי"ב).
ער האָט געמאַכט אַ ספר זרע יצחק וואָס איז פאַרלוירן געוואַרן. אויך איז דאָ פון אים אין כתב יד אַ ספר בריכת אברהם.
ר' יצחק איז געווען די רבי פון דעם גאון ר' ישראל זאבי זיין נעפיו. ער האָט אים אַמאָל געזאָגט דעם פסוק בני אם חכם לבך, אויב די וועסט זיין קליג, ישמח לבי גם אני וועט דאָס זיין א מעלה פאַר מיר, ווייל די ביזט אַ קינד פון מיין שוועסטער, און רוב קינדער זענען געגליכן ווי די ברודער פון די מאמע, קומט אויס אז מען וועט זאגן אז די ביזט געראטן אין מיר (חומת אנ"ך משלי כג).
אין די לעצטע יאָרן האָט מען אים געשיקט קיין קושטא זאַמלען געלד, אויפן וועג איז ער נפטר געווארן (שם הגדולים ערך ר"א אַזולאַי).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!