רוי:רבי משה אליקים בריעה אונגער

ווערסיע פון 10:53, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[אברהם אבא הורוויץ" ב־"[[רבי אברהם אבא הורוויץ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי משה אליקים בריעה אונגאר זצ"ל (ה'תרי"גכ"א טבת ה'תרע"ז), רבי אין דאמבראווא.

אפשטאם

רבי משה אליקים איז געבוירן אין דזשאבנא אין יאר ה'תרי"ג, צו זיין פאטער הרב רבי ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב רבי יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין.

רבנות

רבי משה אליקים איז געווען, רבי אין דאמבראווא, אין יאר ה'תרע"ד איז ער אנטלאפן קיין קאשוי.

הסתלקות

רבי משה אליקים איז נפטר געווארן אין קאשוי כ"א טבת ה'תרע"ז, און ליגט אין זיידן'ס אוהל אין דאמבראווא.

פאמיליע

רבי משה אליקים האט געהייראט בזיווג ראשון מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישוב. בזיווג שני האט רבי משה אליקים געהייראט איר שוועסטער מרת חיה. זייערע קינדער:

  • הרב מאיר אונגאר, רבי אין קראקא.
  • הרב יצחק אלעזר אונגאר, ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא.
  • די ווייב פון הרב אלעזר פרנס.

רעפערענצן

  • מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!