רוי:קראון הייטס ראיאטן

פון המכלול
ווערסיע פון 09:11, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[מנחם מענדל שניאורסאהן" ב־"[[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער קראון הייטס ראיאט האט פאסירט אלול תשנ"א אין קראון הייטס, ברוקלין, ניו יארק.

דער ראיאט האט אויסגעבראכן נאכדעם וואס א אידישער דרייווער, טייל פון דער ליובאוויטשער רבי'ס מאטארקאדע, האט אראפגעקלאפט און אומגעברענגט א שווארצן אינגל.

די ראיאטן האבן געבוזשעוועט אין לויף פון דריי טעג, פון מאנטאג ט' אלול ביז מיטוואך י"א אלול. עס האט געקאסט דאס לעבן פון א איד, א ליובאוויטשער חסיד, יענקל ראזענבוים הי"ד, און האט אפגעקאסט אסאך געלט אין שאדנס.

די עקסידענט

דער ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, פלעגט אסאך פארן דאווענען ביים ציון פון זיין שווער. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, אין קווינס. דער רבי פלעגט אלץ אלץ פארן אין באגלייטונג פון א מאטארקאדע.

יענעם טאג איז דער רבי אויך געפארן קיין קווינס דאווענען ביים ציון. אויף דער וועג אהיים קיין קראון הייטס, האבן זיך עטליכע חסידים אנגעשלאסן. אנקומענדיג אין קראון הייטס, ווען די מאטארקאדע האט זיך  ארויפגעדרייט פון יוטיקע עוועניו ארויף אויף פרעזידענט סטריט, האט דער אויטא פון איינער פון די באגלייטער אריינגעקראכט אין אן אויטא פארנט פון זיי, און פארלוירן קאנטראל, ארויפפארנדיג אויף דעם טראטואר און אראפגעקלאפט א שווארצן אינגל, וועלכער איז גאר שווער פארוואונדעט געווארן. הצלה האט זיך געיאגט צו דער סצענע און באהאנדלט די פארוואונדעטע, אבער דאס קינד איז אומגעקומען.

אין ליכט פון דער עקסידענט האבן זיך פילע שווארצע איגנטליכע זיך פארזאמלט אויף דער פלאץ און אנגעהויבן רודערן און פארפירן, דאס איז שנעל ארויס פון קאנטראל, און א ווילדע ראיאט האט אויסגעבראכן. ווען די מאסן פארזאמלטע ווערן אנגערייצט דורך שווארצע פירער, אין שפיץ פון דער אנטיסעמיטישער גלח על שארפטאן, וועלכער האט געגאסן אויל צום פייער, און נאך מער אנגערייצט די מאסן.

די מאסן ראיאטירער האבן איבערגעפאלן פילע אידן, און אנגעמאכט שווערע שאדנס.

א שרעקליכער מארד

א טאג נאך דער עקסידענט, אין די פריע פארטאגס שעות, האבן א גרופע פון צוואנציג יוגענטליכע באפאלן א 29 יעריגער בחור יעקב ראזנבוים פון אויסטראליע וואס איז געקומען לערנען קיין אמעריקע, זיי האבן אים דערשטאכן און פארוואונדעט אויף א שרעקליכער פארנעם. ער איז אין איילעניש אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד, אבער ער האט נאך באוויזן צו אידענטיפיצירן זיין הויפט אטאקירער לעמריק נעלסאן.

יענע נאכט איז ער ליידער נפטר געווארן פון די שווערע וואונדן וואס ער האט געליטן.

נעלסאן איז אנגעקלאגט געווארן מיט מארד און ער איז פאראורטיילט געווארן צו צען יאר אין טורמע.

די נאכווייען

די ראיאטן האבן אנגעהאלטן פאר גאנצע דריי טעג, ביז די פאליציי האט אריינגעברענגט א פארשטערקערטע פאליצייאישע קראפט און באוויזן צו אפשטעלן די ראיאטן.

ווען די ראיאטן האט זיך געענדיגט האט זיך אנטפלעקט א שוידערליך בילד 152 פאליציאנטן און 38 ציווילע זענען פארוואונדעט געווארן, 27 קארס זענען פארניכטעט געווארן, 7 געשעפטן זענען בארויבט צי פארברענט געווארן, 225 גניבות זענען פארגעקומען. 129 מענטשן זענען ארעסטירט געווארן. די שאדנס ווערט געשאצט צו זיין אין די ווערט פון א מיליאן דאלער.

דער דעמאלטיגער מעיאר דעוויד דינקינס, אליינ'ס א שווארצער, האט געבעטן די פאליציי זיך נישט אריינצומישן, אנגעבליך ווייל מען זאל זיי לאזן זיך אליינס בארואיגן, און אויב די פאליציי גייט זיך אריינמישן גייט עס נאך מער אויפהייטערן די מאסן. זיין שוואכע באהאנדלונג האט אים געקאסט זיין ווידערערוויילונג, און נאך איין טערמין איז ער געווארן אויס מעיאר, פארלירנדיג צו רודי דזשוליאני.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!