רוי:רבי יעקב קאמינעצקי

פון המכלול
ווערסיע פון 22:02, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[ברוך בער לייבאוויץ" ב־"[[רבי ברוך בער לייבאוויץ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יעקב קאמינעצקי
געבורט כ' אדר א' ה'תרנ"א
טויט כ"ט אדר א' ה'תשמ"ו (אלט: 95)

הרב יעקב קאמינעצקי (געבוירן כ' אדר א' ה'תרנ"א, 1891 - כ"ט אדר א' ה'תשמ"ו, 1986) איז געווען פון די גדולי התורה אין די פאראייניגטע שטאטן, אינעם צווייטן העלפט פון דעם צוואנציגסטן יארהונדערט. הרב קאמינעצקי איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבת תורה ודעת אין ניו יארק און א מיטגליד אין די אמעריקאנער מועצת גדולי התורה.

ביאגראפיע

קאמינעצקי איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל קאלאשקאווע אין ליטא, היינט אין בעלאַרוס, אום שבת, כ' אדר א' ה'תרנ"א (28סטן פעברואר 1891), צו זיין טאטען ר' בנימין. און זיין יוגנט האט ער געלערנט אין לאקאלען תלמוד תורה און האט זיך ארויסגעוויזן מיט זיינע טאלאנטן. ביי די עלף איז ער געשיקט געווארן לערנען ביי די מינסקער למדנים און ער האט דארט געהארעוועט אויף זיין לערנען פאר אפאר יאר.

ביי די פופצן איז ער אריבער צו לערנען אין ישיבת כנסת ישראל אין סלאבאדקע, א פארשטאט פון קאוונע. דארט איז ער נאנט געווארן מיט הרב נתן צבי פינקל, "דער אלטער פון סלאבאדקע". אין סלאבאדקע האט ער אויך געהערט שיעורים פון הרב ברוך בער לעבאוויץ, וועלכע זענען געגבן געווארן אין ישיבת כנסת בית יצחק וועלכער האט זיך אויך געפינען דאן אין סלאבאדקע. אזוי אויך האט ער געהערט שיעורים פון הרב איסר זלמן מעלצער, הרב זלמן סענדער כהנא שפירא אין קריניק, און הרב דוד טעביל דייאנאווסקי אין מאלטש.

ביים אנהייב פון דער ערשטער וועלט קריג איז קאמינעצקי אנטלאפן קיין מינסק, פון דארט צו קריניק, צו ביאליסטאק, און צו טיקטין. דערנאך איז ער אריבער קיין לאמזשע, ווי ער איז אנגענומען געווארן אלץ תלמיד אין די ישיבה פון הרב יחיאל מיכל גארדאן.

ווען דער קריג האט זיך געענדיגט, איז קאמינעצקי אריבער קיין קרעמענטשאג, וואו ער האט אין כ"ב סיון ה'תרע"ט חתונה געהאט מיט איטא עטיל, די טאכטער פונעם משגיח אין סלאבאדקע, הרב דוב הירש העלער. (הרב העלער'ס עלטסטער איידעם איז געווען הרב אברהם גראדזינסקי). אין קרעמענטשוג האט ער געהאט זיין דריי עלטסטע קינדער.

נאך זיין חתונה איז ער צוריק לערנען אין סלאבאדקע, און שפעטער איז ער געגאנגען קיין קעלם. ווען דער כולל אין סלאבאדקע האט זיך געעפענט דורך הרב אייזיק שארר, איז ר' יעקב אריבער צו דעם כולל ווי ער האט געלערנט פאר פינף יאר.

אין יאר ה'תרפ"ו (1926) איז רבי יעקב אויפגענומען געווארן אלץ רב אין דעם ליטווישען שטעטל ציטוויאן. ער האט געדינט אלס רב פאר עלף יאר. דארט האט ער געהאט נאך דריי קינדער.

אין די ענדע פון יאר ה'תרצ"ז (1937) האט זיך ר' יעקב אירבערגעצויגן צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא. אנפאנג האט ער געדינט אלץ רב אין סיאטעל, וואשינגטאן, פאר אפאר חדשים. דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין טאראנטא, קאנאדע, ווי ער האט געדינט פאר זיבן יאר, פון ה'תרצ"ח (1938) ביז ה'תש"ה (1945).

אין ה'תש"ה, אויפן געבעט פון הרב שרגא פייוול מענדלאוויטש, האט ער פארלאזט זיין רבנות פאסטאן אין טאראנטא, אין האט אנגעהויבן דינען אלץ מגיד שיעור איו ישיבת "מתיבתא תורה ודעת" אין ניו יארק, אין פלאץ פון דעם פארשטארבענעם מגיד שיעור - הרב שלמה היימאן. אין יאר ה'תש"ח (1948) איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה. אין דעם פאסטן האט ער געדינט ביז ה'תשכ"ז (1967).

נאכדעם וואס ער האט אויפגעגעבן זיין פאסטן אלס ראש ישיבה איז ער אריבער קיין מאנסי, ניו יארק. אין דער תקופה האט ער זיך אריינגעווארפן אין ארויסגעבן זיינע ספרים אין זיינע לעצטע יארן פלעגט ער ווינטער-צייט וויילן אין מיאמי, פלארידא.

און יאר ה'תשמ"ד (1984) האט הרב קאמינעצקי געליטן א סטראק, און איז דעמאלט אריבער וואוינען ביי זיין טאכטער אין באלטימאר. ער איז נפטר געווארן כ"ט אדר א' ה'תשמ"ו (10טן מארץ 1986) אין איז באגראבן געווארן אין ברוקלין, ניו יארק.

טאלאנטן און דרך הלימוד

אפילו העכער די ניינציג פלעגט ער אויך עוסק זיין אין לערנען תורה מיט א קאך. ער האט געהאלטן אז ווען מען לערנט דארף מען קודם זיך פארטיפן אין די רייד פון דעם תלמוד און די ראשונים און הערשט נאכדעם אין די רייד פון די אחרונים. אזוי אויך האט ער געהאלטן אז מען דארף זיך קודם איינהאנדלען א ברייטע באקאנטשאפט אין תורה פאר מען קען עוסק זיין אין מאכן פשטלעך. ער האט שטארק ארויסגעשטארצט מיט זיין פענאמאנאלע זכרון. ער האט אמאל נאכציטירט א לאנג שטיקל פון דעם ספר פרי מגדים.

ער האט געהאט א באקאנטשאפט אין אלע אפטיילונגען פון תורה, אריינגערעכנט טעמעס אין אזעלכע וואס נישט צופיל פארנעמען זיך מיט, ווי צום ביישפיל דעם רמב"ם'ס שיטה אין אויסרעכענען דעם מולד פון דער לבנה. א חוץ לערנען די מסכתות פון תלמוד בבלי וואס מען לערנט אין ישיבות האט ער זיך אויף פארנומען מיט פסק'נען איסור והיתר, פארלערנען שיעורים אין מסכת חולין, אינעם ראם פון א פראגראם אויף באקומען הוראה. ער האט אויך געהאט ברייטע וויסנשאפט אין לשון הקודש גראמאטיק, און אין אידישער היסטאריע.

קינדער

  • הרב שמואל קאמינעצקי - זיין עלטסטער זון. היינט ראש ישיבה אין פילאדעלפיע, און א מיטגליד אין דער אמעריקאנער מועצת גדולי התורה.
  • הרב נתן קאמינעצקי - פארפאסער פון א פאר ספרים, צווישן זיי דעם ספר "דאס שאפן פון א גדול" (ענגליש) וועלכער איז געשטאנען אין צענטער פון א שטורמדיגער קאנטראווערסיע.
  • הרב בנימין קאמינעצקי
  • הרב אברהם קאמינעצקי (נפ' אלול תשע"ג)
  • מלכא שורין, ווייב פון הרב ישראל שורין
    • אייניקל רבי דב שורין זינגער נעים זמירות ישראל
  • רבקה דיסקין

ספרים

"עיונים במקרא" - אויף פרשיות התורה - ביאורים און פירושים וועלכע זענען צוזאמגענומען געווארן פון זיינע כתבים, ניו יארק, תשמ"ד (1984).

"אמת ליעקב" - קלערונגען אין מקרא - ביאורים און פירושים וועלכע זענען צוזאמגענומען געווארן פון זיינע כתבים, ניו יארק, תשמ"ו (1986).

"אמת ליעקב" - אויף תלמוד בבלי.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!