רוי:רבי יצחק פרידמאן (באהוש, צווייטער)
רבי יצחק פרידמאן זצ"ל (דער צווייטער) (כ"ו אייר ה'תרס"ג - י"ד מנחם אב ה'תשנ"ב), באהושער רבי
אפשטאם
רבי יצחק איז געבוירן אין שפיקאוו, כ"ו אייר ה'תרס"ג, צו זיין פאטער הרב שלום יוסף פרידמאן פון שפיקאוו, א זון פון הרב דוד פרידמאן, פון באהוש, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת פייגא א טאכטער פון הרב מרדכי טווערסקי, פון שפיקאוו.
רבנות
אין יאר ה'תר"פ האט רבי יצחק באקומען היתר הוראה פון רבי יהודה לייב צירלסאן פון קעשענעוו. דאס זעלבע יאר האט אויסגעבראכן א מגיפה פון טיפוס אין אוקראינע וועלכע האט אומגעבראכט אסאך קרבנות. רבי יצחק האט פארלוירן ביידע עלטערן ביי דער מגיפה, זיין מוטער איז אוועק סוף שבט, און זיין פאטער איז אוועק פורים. ער אליין האט אויך געליטן און האט נישט געקענט זיצן שבעה.
די חסידים פון פאטער האבן אויפגענומען די צוויי יתומים רבי יצחק מיט זיין עלטערן ברודער רבי דוד'ל אלס זייער רבי.
חנוכה ה'תרפ"א איז רבי יצחק געלונגען צו אנטלויפן אין ראמעניע און איז אנגעקומען קיין באהוש. דארט איז ער געווען א בן בית ביי זיין פעטער רבי מענדל באהושער, וואס האט אים גענומען פאר אן איידעם.
אין יאר ה'תר"צ איז ער אריבער קיין בוקארעסט, ווי ער האט אנגעפירט מיט הצלה אקטיוועטין אויף אומבאשרייבארן פארנעם.
פסח שני ה'תשי"א איז רבי יצחק אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט זיין ווייב און טאכטער. ער האט זיך באזעצט אין תל אביב וואו אנדערע רבי'ס רוזשינער אייניקלעך האבן געוואוינט. מיטן לויף פון די יארן איז דער עולם פרומע אידן אין תל אביב געווארן וואס קלענער, און אין תשמ"ז איז ער אריבער צו זיין נייעם בית מדרש אין רחוב חגי, בני ברק.
זומער יעדע יאר פלעגט ער פארן קיין אראזע, שווייץ.
הסתלקות
רבי יצחק איז נפטר געווארן י"ד מנחם אב ה'תשנ"ב אין ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
פאמיליע
רבי יצחק האט געהייראט מרת יוכבד פייגא א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב מנחם מענדל פרידמאן, פון באהוש. זייער טאכטער:
- מרת שושנה שיינדל שרה, די ווייב פון הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן פון פאשקאן, א זון פון הרב יעקב דוד פרידמאן, פון פאשקאן. זייערע קינדער:
- הרב יעקב מענדל פרידמאן, ממלא מקום פון זיידן, באהושער רבי אין בני ברק.
- מרת יהודית, די ווייב פון הרב צבי רבינאוויטש פון טשחויב-בני ברק.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (60)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!