רוי:רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 16:30, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[דוב בער פון מעזריטש" ב־"[[רבי דוב בער פון מעזריטש")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן זצ"ל (כ"ט טבת ה'תרי"ח - ט"ו אלול ה'ת"ש), פון אדזשאד און גאלאץ.

אפשטאם

רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן ערב ראש חודש שבט ה'תרי"ח [1], צו זיין פאטער רבי יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון רבי ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון רבי שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון רבי דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון רבי דוד האגער פון זאבלאטאוו.

רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי אברהם יהושע העשיל געבליבן וואוינען אין שטעפינעשט ביי זיין שוואגער, שפעטער האט ער זיך צוריק געצויגן קיין באהוש נעבען פאטער. נאך זיין פאטער'ס פטירה - י' אלול ה'תרנ"ו - האט ער זיך באזעצט אין אדזשאד און ער האט דארט אויפגעשטעלט זיין הויף, ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפען קיין גאלאץ, און איז דארט פארבליבען.

רבי אברהם יהושע העשיל איז געווען באוואוסט אלס העכערער מענטש, הונדערטער מענטשן זענען געהאלפן געווארן פון זיינע ברכות. זיין קידוש פרייטאג-צונאכטס איז געווען גאר דערהויבן, פון גרויס קאכעניש איז כמעט נישט געבליבן קיין וויין אין בעכער, נאך קידוש האט מען געמוזט צוגיסן ס'זאל זיין וואס צו טרינקען.

רבי אברהם יהושע העשיל איז געווען א לעבעדיגער מוסר ספר אין פארנעמן פּיין מיט ליבשאפט (יסורים באהבה), א איד וואס האט זיך קיינמאל נישט באקלאגט, כאטש ער איז געזעצן אכטצן מאל שבעה רח"ל אין זיין לעבען.

הסתלקות

רבי אברהם יהושע העשיל איז נפטר געווארן ט"ו אלול ה'ת"ש, און ליגט אין גאלאץ.

פאמיליע

רבי אברהם יהושע העשיל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת בת-שבע (ד' מנחם אב ה'תרי"ט - ערב ראש חודש ניסן ה'תרמ"ז), א טאכטער פון רבי מנחם נחום פרידמאן, פון שטעפינעשט. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי אברהם יהושע העשיל געהייראט מרת פעריל א טאכטער פון רבי זלמן הורינשטיין, אן אייניקל פון סמיכת חכמים. זייערע קינדער:

  • רבי יצחק פרידמאן, פון פאריז.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (3)
  1. נר ישראל בערכו, א.ל.ג. ה'תרכ"א
  2. נר ישראל איז מסופק אין דעם דאטום אין פון וועלכען זיווג ער איז

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!