רוי:א
א | ||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אלף בית | ||||||||||||
א | ב | ג | ד | ה | ו | |||||||
ז | ח | ט | י | כ | ל | |||||||
מ | נ | ס | ע | פ | צ | |||||||
ק | ר | ש | ת | |||||||||
ענדע אותיות | ||||||||||||
|
א (ארויסגעשריבן אלף; אַרויסגערעדט אַלעף) איז דער ערשטער אות פון אלף בית. דאָס וואָרט "אַלף" שטאַמט דערפון, וואָס אין דעם גאָר אלטן העברעאישן אלף־בית האָט דער בוכשטאב "אלף" געהאט דעם אויסזען פון א קאָפּ פון אן אָקס, און אן אָקס אויף העברעאיש הייסט "אלף". דאָס דאָזיקע אות הייסט אין דער אראמעאישער שפּראך "אלפא", און דערפון שטאמט אויך דער נאָמען פון ערשטן אות אין גריכיש "אלפא".
שי"ר (ראַפּאפּאָרט) אין תלמודיש־ענציקלאָפּעדישן ווערטער־בוך "ערך מלין" (זוכוואָרט "ארם") וויל האָבן, אז דער בוכשטאב "אלף" אָדער "אלפא" איז דער טייטש א "שיף".
דאָס אות "אלף" האָט אין דער העברעאישער שפּראך אויך געהאט די באדייטונג "דער ערשטער". די משנה שקלים ג' זאָגט, אז אין בית המקדש איז געווען א גרויסע קאסע און דאָרט איז געלעגן דאָס גאנצע געלט, וואָס מען האָט געגעבן פאר דעם בית המקדש, און ווען מען האָט געדארפן נעמען געלט האָט מען פון דאָרט ארויסגענומען אין דריי קוישן ("בשלש קופות תורמין את הלשכה"), "וכתוב בהן אלף, בית גימל", אויף די קוישן זענען געווען אויפגעשריבן די בוכשטאבן אלף, בית גימל, דאָס הייסט דער ערשטער, דער צווייטער און דער דריטער. אויך אין ספרים איז דער מנהג צו פארצייכנען דעם ערשטן בלאט אָדער דעם ערשטן טייל צי קאפּיטל מיט דעם בוכשטאב א'.
"א" האָט אויך די באדייטונג: "דער אָנהיב", און מיר געפינען אין דער גמרא שבת נ"ה "בני אדם שקיימו את התורה כולה מאלף ועד תיו" ("מענטשן, וואָס האָבן מקיים געווען די גאנצע תורה פון אלף ביז תיו", דאָס הייסט "פון אָנהויב ביזן סוף").
דער אלף אין יידיש
אין יידיש זיינען דא דריי פארשיידענע אלפן, פתח־אלף און קמץ־אלף ווי וואקאלן און אן אלף אן א נקודה וואס ניצט ווי א טראף־אלף (איבער, אונטער, אויג, איינער, אייזן) אדער ווי א שטומער־אלף וואס היינט ניצט מען נישט מער אין דער ייִדישער שפראך (איינציקע נוצן נאך דעם מחיצה־אלף למשל וואו וואוינען (זעט יידישע דיאלעקטן).
זעט אויך
קוואלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „א” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!