רוי:חאמאס טעראר אטאקע אויף מדינת ישראל 2023
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
די כאמאס טעראר אטאקע אויף ישראל 2023, וואָס האָט אָנגעהויבן שבת אין דער פֿרי דעם 7טן אָקטאָבער 2023, איז געווען אַ בלוטיקע אַטאַקע געפֿירט דורך די פּאַלעסטינער טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע כאמאס און זייערע פּאַרטנערס פֿון דער עזה שטרייף אויף ישראל. דער פארפאל, וואָס איז אָנגעקומען אויף אַ שבת און יום טוב טאָג, איז געווען פּלאַנירט אַלס אַ גרויסע טבח פֿון ישראלישע בירגער. די אַטאַקע האָט געבראַכט די טויט פֿון איבער 1,200 בירגער און זיכערהייט קרעפטן, מער ווי 5,400 פֿאַרוואונדעטע, און געפירט צו דער ענטפֿירונג פֿון אַרום 250 צו עזה. די טעראָר אַטאַקע איז געווען די גרעסטע טבח פֿון יידן זינט חורבן אייראפע.