רוי:פערל הארבער

פון המכלול
ווערסיע פון 08:55, 8 דעצעמבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאארדינאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פערל הארבער איז א האפן וואס געפינט זיך אויף אן אינזל אין האוואי, פאראייניגטע שטאטן, וואו עס האט זיך געפונען א מיליטערישער באזע, און אמעריקע האט זיך אין אנהויב געהאלטן נייטראל אין דער צווייטער וועלט מלחמה, אבער שפעטער האט יאפאן אנגעפירט דארטן אן אטאקע אויף דער אמעריקאנער באזע, אום 7טן דעצעמבער 1941. און דאן האט אמעריקע ערקלערט קריג אויף יאפאן, און דייטשלאנד האט אלס יאפאן'ס פארבינדעטע דערקלערט קריג אויף אמעריקע.

פערל הארבער

די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן אין צוויי פאזעס, די ערשטע כוואליע יאפאנעזע קריגס עראפלאנען, האבן אטאקירט אום 7:51 אינדערפרי, 183 קריגס עראפלאנען האבן טיילגענומען אינעם אטאקע. שפעטער 8:30 איז די צווייטע כוואליע אנגעקומען פון 170 עראפלאנען, און האט באמבאדירט די שיפן, וואס זענען געווען געאנקערט ביי די פארט.

די אריזאנע קריגס שיף האט געכאפט א דירעקטע באמבע, אויפן אמוניציע אפטיילונג פונעם שיף, די שיף האט אויפגעריסן, און געזינקען עטליכע סעקונדעס דערויף, נאך ניין שיפן האבן געזינקען, און איין און צוואנציג זענען שטארק געשעדיקט געווארן, דריי פון די געשעדיקטע שיפן אוממעגליך איבערצובויען.

2,350 אמעריקאנע זעלנער, זענען אומגעקומען אין די אטאקע, און 1,178 זענען פארווונדעט געווארן, צווישן די טויטע זענען 68 געווען ציווילע. רוב געשטארבענע סאלדאטן זענען געווען פון אריזאנע שיף.

לויט געוויסע קאנספיראציע טעאריקער האט פרעזידענט פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט געוואוסט פון פאראויס פון דער אטאקע און ער האט דאס צוגעלאזט בכדי איבערצואוועגן דעם פאלקס מיינונג פון קעגן אויף פרא מלחמה, אבער עס איז נאך א דעבאטע אויף ביזן היינטיגן טאג, און עס איז דא ראיות אויף ביידע זייטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!