רוי:כרמל טונעלן שאסיי

פון המכלול
ווערסיע פון 08:23, 8 דעצעמבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאארדינאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

כרמל טונעלן שאסיי איז א שאסיי, וואס ווערט אויפגעבויט אין חיפה. די רוטע פונעם שאסיי איז אונטערן כרמל בארג, דורך פיר טונעלן. עס פאנגט זיך אן ביי די דרום מערבדיקע אריינגאנג אין שטאט, פון שאסיי 2, עס פארט פון דארט אריבער נאנט צו די קאמערץ צענטער גרענד קניון. עס פארט אריבער אין טונעלן אונטער בארג, ווי עס קומט ארויס צום אויבערפלאך, און אין נווה שאנן געגנט, וועט זיין איינפיר און ארויספיר וועגן, וואס וועלן פארבינדן די שטאט צום שאסיי. דערנאך פארט עס ווידעראמאל אריבער אין טונעלן, ווי עס וועט זי פארענדיקן ביים קריות קרייצוועג.

די שאסיי וועט זיין לאנג, זעקס און א האלב קילאמעטער, פון זיי זענען איבער פיר און א האלב טונעלן. עס וועט ווערן איינקאסירט וועגנגעלט, דורך צופארן איין טונעל זעקס שקל, צוויי צוועלף שקל. די טונעל איז הויך 20 פיס בערך, דערמעגלעכינג ברייטע לאסט אויטאס צו קענען אריבער פארן, איינער נעבן צווייטן.

דער ערשטער פלאן פון אויפבויען א טונעל, קומט פון דעם בריטישן מאנדאט. אבער ערשט אין די 1990ער יארן איז די פלאן ארויף אפן טיש, נאך מערערע פראבלעמען צווישן די געזעלשאפטן, און בענק, און אנדערע פראבלעמען האט מען זיך גענומען בויען די טונעלן און 2007, יעצט זענען שוין אלע טונעלן פארטיג, און אום 1טן דעצעמבער 2010 זענען די טונעלן געעפנט געווארן פארן פארקער, א האלב יאר פריער ווי געפלאנט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!