רוי:אשר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אשר איז געווען דער אכטער זון פון יעקב פון זיין ווייב זילפה די שפחה פון לאה.

זיין געשיכטע

ער האט געלעבט 123 יאר.

אין ילקוט שמעוני שטייט אז ער איז נפטר געווארן כ' שבט.

ווען עם ישראל האבן ארויס פון מצרים האבן זיי ארויף גענומען זיינע ביינער און עם באגראבן אין קדש נפתלי[1].

לויט דער ספר היובלים[2] איז ער געבארן געווארן ב' שבט.

די קינדער פון אשר זענען געווען ”יִמְנָה וְיִשְׁוָה וְיִשְׁוִי וּבְרִיעָה--וְשֶׂרַח אֲחֹתָם” (בראשית מו, יז).

אין דברי הימים ווערט אראפ געברענגט אלע צאצאים פון אשר:

בְּנֵי אָשֵׁר יִמְנָה וְיִשְׁוָה וְיִשְׁוִי וּבְרִיעָה וְשֶׂרַח אֲחוֹתָם. וּבְנֵי בְרִיעָה חֶבֶר וּמַלְכִּיאֵל הוּא אֲבִי בִרְזָיִת. וְחֶבֶר הוֹלִיד אֶת יַפְלֵט וְאֶת שׁוֹמֵר וְאֶת חוֹתָם וְאֵת שׁוּעָא אֲחוֹתָם. וּבְנֵי יַפְלֵט פָּסַךְ וּבִמְהָל וְעַשְׁוָת אֵלֶּה בְּנֵי יַפְלֵט. וּבְנֵי שָׁמֶר אֲחִי וְרָהְגָּה וְחֻבָּה וַאֲרָם. וּבֶן הֵלֶם אָחִיו צוֹפַח וְיִמְנָע וְשֵׁלֶשׁ וְעָמָל. בְּנֵי צוֹפָח סוּחַ וְחַרְנֶפֶר וְשׁוּעָל וּבֵרִי וְיִמְרָה. לז בֶּצֶר וָהוֹד וְשַׁמָּא וְשִׁלְשָׁה וְיִתְרָן וּבְאֵרָא. וּבְנֵי יֶתֶר יְפֻנֶּה וּפִסְפָּה וַאְרָא. וּבְנֵי עֻלָּא אָרַח וְחַנִּיאֵל וְרִצְיָא. כָּל אֵלֶּה בְנֵי אָשֵׁר רָאשֵׁי בֵית הָאָבוֹת בְּרוּרִים גִּבּוֹרֵי חֲיָלִים רָאשֵׁי הַנְּשִׂיאִים וְהִתְיַחְשָׂם בַּצָּבָא בַּמִּלְחָמָה מִסְפָּרָם אֲנָשִׁים עֶשְׂרִים וְשִׁשָּׁה אָלֶף.

די שטיין פון אשר אין חושן איז געווען א אבן תרשיש.

זיין נאמען

די תורה איז מסביר פארוואס האט לאה עם אנגערופן אזוי: ”וַתֹּאמֶר לֵאָה--בְּאָשְׁרִי, כִּי אִשְּׁרוּנִי בָּנוֹת; וַתִּקְרָא אֶת-שְׁמוֹ, אָשֵׁר” (בראשית ל, יג).

יעקב'ס ברכה פאר אשר

אין די ברכות וואס יעקב האט געבענטשט זיינע קינדער פארן שטארבן האט ער עם צוגעזאגט אז ער וועט האבן א א גוטע נחלה וואס וועט געבן 'מעדני מלך': ”מֵאָשֵׁר, שְׁמֵנָה לַחְמוֹ[3]; וְהוּא יִתֵּן, מַעֲדַנֵּי-מֶלֶךְ” (בראשית מט, כ).

משפחה בוים


זיין קבר

קבר אשר ונפתלי די קינדער פון יעקב אין קדש נפתלי

חז"ל זאגן אז בני ישראל האבן ארוייף גענומען אלע ביינער פון יעקב'ס קינדער און זיי באגראבן אין ארץ ישראל[4].

און אין ספר הישר איז דערציילט:

ויקברו את ארונות מטות אבותיהם... ואת נפתלי ואשר קברו אותם בקדש נפתלי איש איש במקומו אשר ניתן לבניו.

ספר הישר, סוף ספר יהושע

היינט איז באצייכנט זיין קבר אין כביש 899 אנקעגן 'תל קדש נפתלי'. צו די קבר איז דא אסאך מקורות פון די ה'ת' יארן און ווייטער[מקור פארלאנגט].

רעפערענצן

  1. ספר הישר, סוף ספר יהושע
  2. פרק כח פסוק כט
  3. די טייטש פון די ווארט 'לחמו' מיינט אויך 'מאכלו'. זעט אויך אין חבקוק א, טז: מַאֲכָלוֹ בְּרִאָה
  4. תלמוד ירושלמי סוטה (דף ח ע"ב; פרק א הלכה י): "ככתוב (בראשית מו) אנכי ארד עמך מצרים ואני אעלך גם עלה מה ת"ל גם עלה. אמר אותך אני מעלה ושאר כל השבטים אני מעלה מלמד שכל שבט ושבט העלה עצמות ראש שבטו עמו"