מסכת בבא קמא

פון המכלול
ווערסיע פון 13:44, 1 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אנהייב)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


בָּבָא קַמָּא ("ערשטער טויער") איז דער ערשטער חלק פון מסכת נזיקין וואס הייבט אן סדר נזיקין, דער פערטער סדר אין משניות. דער חלק באהאנדלט בעיקר דיני נזיקין - וואס דער מענטש דארף באצאלן אויף שאדנס וואס ער אדער זיין אייגנטום האט צוגעברענגט.

בבא קמא ווערט נאכגעפאלגט מיט בבא מציעא (מיטלסטער טויער) און בבא בתרא (לעצטער טויער), וועלכע שטעלן צוזאמען מסכת נזיקין; יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א מסכתא פאר זיך.

בבא קמא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 79 משניות. עס האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.


רעפערענצן