רוי:תיקון חצות

פון המכלול
ווערסיע פון 23:56, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תיקון חצות ווערט אהנגערופען די מזמורים וואס מען זאגט ווען מען שטייט אויף האלבער נאכט, און מען שרייט צו השי"ת אויף גלות השכינה, און אויף צרות ישראל.

עס ווערט דערמאנט אין זוהר הקדוש אז דעמאלטס איז א גרויסע עת רצון, השי"ת גייט דעמאלטס אריין אין גן עדן, און טרעפט זיך מיט די נשמות פון די אמאליגע צדיקים און לערנט מיט זיי תורה.

עס איז צוטיילט אין צוויי טיילן תיקון רחל און תיקון לאה.

דער אר"י האט מתקן געווען צען קאפיטלעך תהלים וואס דאס איז דער ארגינאלער תיקון וואס מען זאגט און דאס הייסט תיקון לאה, דאס זאגט מען אפילו אין די טעג וואס מען זאגט נישט קיין תחנון.

תיקון רחל איז עטליכע מזמורי תהלים, און פארשידענע קינות פון גרויסע חכמים ביי אידן, ווי דער אלשי"ך, ר' חיים צובה, וואס האבן צוגעלייגט פארשידענע תפלות און גלוסטענישן פאר השי"ת.

ביי די ערשטע חסידים איז דאס געווען א זאך וואס איז זייער איינגעפירט, אמאל האט מען געוואוסט א עהרליכער איד שטייט אויף צו תיקון חצות, אזוי שטייט אויך מיט א לאנגע אריכות אין די מוסר ספרים ראשית חכמה, של"ה, און נאך.

אין ספר כף החיים פון ר' חיים פלאג'י איז דא א גאנצע שער וואס ברענגט הונדערטער מאמרים פון זוהר און פון מוסר ספרים וואס רעדט דערפון, אויך איז נתחבר געווארן א ספר קומי רוני פון אסאך ספרים און א פי' על פי קבלה דורך ר' אשר זעליג מרגליות.


ווען איז חצות

חצות היינטיגע צייטן

כאטש חסידים האבן זיך אמאל אזוי געפירט, איז דאס נישט זייער איינגעפריט ביי היינטיגע חסידים, דאס איז מן הסתם צוליב דעם וואס רוב זענען פארנומען זיך לייגן פרי און אויפשטיין פרי, אן אויסנאם איז ביי ברעסלעבר חסידים וואס מען טרעפט אסאך ביי זיי אפילו היינטיגע צייטן וואס רעכטן אפ חצות.

אין ליקוטי מוהר"ן (ח"ב סי' ס"ז וח"ב סי' ק"א) שטייט אז דער ענין פון חצות איז נישט בעיקר ווייל דאס בית המקדש איז געווארן חרוב פאר צוויי טויזענט יאהר, ווייל מה שעבר אין, עס איז שוין נישט דא, דער עיקר ווייטאג איז אז ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האבן אלע אידן געהאט שכל און דעת וויאזוי צו דינען השי"ת, ער האט געלאכטען פאר זיי דער זיו השכינה, ווי דער גמרא זאגט כל מי שיש בו דעת כאילו בית המקדש נבנה בימיו, דעריבער דארף יעדער זאגן חצות, און וויינען אז זיין אייגענע שכל זאל זיין פול מיט נארמאלער קלוגשאפט, ער זאל שפירן דעת און שכל, און דינען השי"ת טאג און נאכט.

אויך שטייט דארט (ליקו"מ ח"א סי קמ"ט) אז אויפשטיין חצות איז אזוי מען מאכט א פדיון נפש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!