רוי:שוואן

פון המכלול
ווערסיע פון 23:28, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שוואַנען
שטומע שוואנען (Cygnus olor)
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: Animalia
שטאַם: Chordata
קלאַס: Aves
סדר: Anseriformes
פאַמיליע: Anatidae
אונטערפאַמיליע: Anserinae
מין: Cygnus
Bechstein, 1803

דער שוואַן (לאטייניש: Cygnini) איז א וואסער פויגל, פון דעם מין Cygnus אין דער פאמיליע Anatidae, וואס נעמט איין אויך גענז און קאטשקעס. זיי געהערן צו דער אונטערפאמיליע Anserinae.

די פעדערן פון א שוואן זענען גאנץ ווייך און מען ניצט זיי פאר קישענעס, דאכענעס און פערענעס.

דער שוואן לעבט אין די קילע לענדער, ווי למשל אייראפע, אויסטראליע און דרום אמעריקע, אבער נישט אין די טראפישע לענדער. די שוואנען אין דעם צפון האלבקיילעך זענען ווייס (ד"ה זיי האבן ווייסע פעדערן) אבער די פונעם דרום האלבקיילעך זענען שווארץ און ווייס.

שוואנען לעבן אויפן וואסער און עסן פלאנצן וואס וואקסן אין אזערעס און אקעאנען (בערך 4 ק"ג יעדן טאג), ווי אויך אינזעקטן.

אמאל פלעג מען עסן שוואנען פלייש.

אין אידישקייט

פרייטאג צונאכט אין די זמירות זינגט מען: "להתענג בתענוגים, ברבורים שלו ודגים" וואס איז טייטש "האבן א פארגענוגן פון שוואנען, וואכטל און פיש".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!