רוי:קריגס פירער

פון המכלול
ווערסיע פון 23:01, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קריגס פירער איז דער נאמען פון א גענעראל, וואס פירט אן אלע פאליטישע, און מיליטערישע אנגעלענהייטן פון ארמיי, ווי דאס פלאנירן, אדער מאכן סטראטעגיעס, און פירן דעם ארמיי צום שלאכטפעלד אין פאל א קריג ברעכט אויס, און אין עטליכע פעלער אויך אפמאכן וואס די מיליטערישע געברויכן פארלאנגט פאר זיך.

אין די צייטן פון די יידן אין ארץ ישראל, אלס א זעלבסטשענדיקע קעניגרייך, זענען די קריגס פירער באצייכענט געווארן אויך אלס ארמייס מיניסטער, אדער אין תנ"ך אויף העברעיש שר הצבא, וואס ער האט פערזענליך געפירט די ארמיי צום קריג. אין מערערע פעלער זענען געווען עטליכע, וואס האבן צוזאמען געטון די ארבעט. אדער די קעניג האט געטון די ארבעט פון די קריגס פירער.

היינט איז די וועלט אנדערש. אין די פאראייניגטע שטאטן, איז די פרעזידענט אמאל געווען פארעכנט אלס קריגס פירער, היינט איז עס מער נישט אזוי, און ווערט אנגעפירט דורך די גענעראלן פון פארטיידיגונגס מיניסטעריום, וואס האט א שעף, און אויך סעקרעטאר פון די פארטיידיגונג, די פאזיציע פון קריגס פירער, איז צעטיילט געווארן צו אסאך מענטשן.

היינט אין מדינת ישראל, וועלן אלע מענטשן וואס געפונען זיך אין די זיכערהייטס אגענטורן, ווי דער זיכערהייטס מיניסטער, שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, און די גענערעלער, וועלן אלע צוזאמען פארעכנט ווערן אלס קריגס פירער, ווען אלע האבן ווען די באפולמעכטיגונג, אויף אלע אפטיילונגען אין מיליטער. אמאל זענען טאקע אלע פאזיציעס געווען אונטערגעווארפן, אונטערן אויטאריטעט פון איין מענטש. אבער היינט זענען די פאזיציעס צעטיילט יעדער אויף זיין געביט.

אין די היינטיקע וועלט, וועלן מענטשן שוין מער נישט באצייכענט ווערן אלס קריגס פירער, וויבאלד אלעס איז צעטיילט געווארן צו מערערע מענטשן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!