רוי:קאמפאס

פון המכלול
ווערסיע פון 22:03, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א קאמפאס

א קאמפאַס איז א סארט כלי וואס ווייזט אייביג אויף צפון זייט, דורך מאגנעטישע כוחות. דער קאמפאס קען זיין א כלי פול מיט וואסער וואס אויף דעם שווימט א שטיק האלץ, און אין דעם איז אריינגעשטעקט א נאדל וואס איז געריבען געווארן אויף מאגנעט, און דעריבער ווייזט ער צו צפון.

דער מאגנעט ציט צום צפון פאלוס וויאזוי מען זאל אים נישט דרייען ממילא ווייסט איר אז דארט איז צפון און פון דעם ווייסט מען שוין ווייטער וואו איז מזרח און מערב און דרום.

א קאמפאס פלעגט זיין די וויכטיגסטע זאך אמאל אויף א שיף, וואס אן דעם פלעגט מען זיך נישט קענען רירן פון דאנעט ביז אהער, און עס פלעגט זיין ספעציעלע געזעצן אויף ווער עס האט אנגערירט דעם קאמפאס, וואס פלעגט טאקע זיין פארשלאסן אין א ספעציעלן פלאץ וואס נאר דעם שיפס קאפיטאן האט בדרך כלל געקענט צו קומען.

דעם ערשטן קאמפאס האט מען ערפינדן אין אוראלט כינע אין די יארן פון דער האן דינאסטיע.

קאמפאסן אפטמאל האבן סימנים פאר ווינקלען אויף גראד אויך ווי (אדער צומאל אנשטאט) דער רויז. צפון שטימט מיט 0°, און די ווינקלען מערן זיך זייגערדיק, אזוי איז מזרח 90°, דרום איז 180°, און מערב איז 270°.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!