רוי:קאסמאס שאטל טשאלענדזשער קאטאסטראפע
די קאָסמאָס שאַטל טשאַלענדזשער קאַטאַסטראָפע איז געשען דעם 28סטן יאנואר 1986 ווען NASA'ס קאָסמאָס שאַטל טשאַלענדזשער האט עקספּלאָדירט 73 סעקונדעס נאָך די צעשיקונג. אַלע זיבן אַסטראָנויטן זענען אומגעקומען. די סיבה פאַר די עקספּלאָזיע איז געווען צוליב אַן O-רינג (ענ') וואס איז געבראָכן אין דער רעכטער פאַרגיכערונג ראַקעטע. בעת די צעשיקונג, הייסע גאַזן האבן געגאנגען ארויס פון דער O-רינג, וואס האט צעשטערט די שאַטל.
פּראָבלעמען איידער צעשיקונג
דער מאָרגן פון די שאַטל'ס צעשיקונג איז געווען זייער קאַלט. די טשאַלענדזשער'ס אינזשענירן האבן באַגרינדט אַז זי זאָל נישט ווערן געשיקט ווייל די טעמפּעראַטור איז געווען 31° פאַרענהייט (-1° צעלזיוס) און די O-רינגען וואָלט נישט פאַרשליסן זיך ווי געהעריק אויב די טעמפּעראַטור איז געווען מינוס 53° פאַרענהייט (12° צעלזיוס). די NASA קאָמאַנדירן האבן קעגנגעשטעלט זיך און געזאגט אַז די ספּייר O-רינג וואָלט אַרבעטן.
אַן אַנדערער פּראָבלעם איז געווען אַז די טעמפּעראַטור איז געווארן אַזוי נידריג אַז אייזצאָפּנס זענען געווען אויף עטליכע טיילן פון די טשאַלענדזשער.
מאַנשאַפט
- קאָמאַנדיר: פראַנסיס "דיק" סקאָבי
- פּילאָט: מייקל דזשאָן סמיט
- מיסיע ספּעציעליסטין: דזשודיט רעזניק
- מיסיע ספּעציעליסט: עליסאָן אָניזוקאַ
- מיסיע ספּעציעליסט: ראָנאַלד מאַקנער
- מיסיע ספּעציעליסט: גרעגאָרי דזשאַרוויס
- לאַסט ספּעציעליסטין: קריסטאַ מאַקאָליף
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!