רוי:עסיג

פון המכלול
ווערסיע פון 20:47, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עסיק

עסיק (ענגליש: vinegar) איז א פליסיקייט וועלכע איז געמאכט פון נאטורליכע געוואוקסן וואס פארמאגן אלקהאל אבער איינמאל עס איז פארטיג איז עס מער נישט קיין אלקהאל און האט מער נישט די עפעקט.

וויניגער איז א פראנצויזיש ווארט גענומען פון צוויי פראנצויזישע ווערטער "ווין" וואס מיינט וויין און "איגרע" וואס מיינט זויער. צוריק מיט הונדערטער יארן האט מען געמאכט וויניגער פון וויין אבער מען האט דאס אויך געמאכט פון פארשידענע געוואוקסן וועלכע פארמאגן אלקהאל.

עס איז אמאל געווען א לאנגע פראצעדור פון עטליכע מאנאטן צו מאכן עסיק און נאך עטליכע פראצעסן פון לאזן די כעמיקאלן זיך טוישן האט מען באקומען עסיק. היינט נוצט מען בעיקר רייז, טרויבן פון איטאליע, און א געוויסע סארט האלץ וואס ווערט גערופן ביטש. די פראצעדור פון מאכן עסיק היינטיגע צייטן געדויערט נאר עטליכע שטונדן וויבאלד מען נוצט מאשינען וועלכע בלאזן אקסיגן און מאכט די כעמיקאלן זיך טוישן אין מינוטן.

עסיק נוצט מען היינט צו מאכן א טעם אין עסן אדער צו האלטן עסן פריש (ווי מארינירן). א צווייטע באנוץ איז אלס א רייניגונגס כעמיקאל צו וועלכע עס טוט א גוטע דזשאב צוליב איר שארפקייט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!