רוי:עסקאלאטאר

פון המכלול
ווערסיע פון 20:43, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עסקאַלאַטארן ביי אַמאַגערבא מעטרא סטאַנציע אין קאפנהאגן, דענמארק

אן עסקאַלאַטאר אדער וויקלטרעפּ (ענגליש: escalator) איז א טראנספארט מיטל געמאכט צו טראנספערירן מענטשן פון איין שטאק צום צווייטן. דער עסקאלאטאר איז בעיקר דעזיינט צו טראגן מענטשן איין אדער עטליכע שטאק אנשטאט א ליפט וואס לויפט צענדליגער שטאקן אין א קורצע צייט. די עסקאלאטאר איז בעסער ווי דער ליפט וויבאלד עס ארבעט מיט א קאנוואויער פאסיג וועלכע גייט ארום און ארום און קען טראגן פאסאזשירן איינע נאך די אנדערע אן זיך אפשטעלן אין קאנטראסט צו א ליפט וועלכע נעמט נאר א צאל פאסאזשירן און די איבריגע דארפן ווארטן ביז עס קומט נאכאמאל צוריק.

עסקאלאטארן זענען היינט א טייל פון יעדע גרויסע דעפארטמענט געשעפט, לופטפעלדער, באן סטאנציעס, און נאך פארשידענע פובליקע געביידעס. מענטשן וועלן אדער בלייבן שטיין אויף אן עסקאלאטאר און מיטפארן דערמיט אדער וועלן זיי גיין די שטיגן און פארשנעלערן די וועג ארויף פיל-פאכיג.

איבער די יארן האט זיך אנטוויקעלט א ציוויליזאציע סיסטעם אז די וואס ווילן בלייבן שטיין האלטן זיך צו די רעכטע זייט כדי צו דורכלאזן די וואס ווילן גיין ווייטער גענוי ווי אויטאס אויפ'ן הייעוועי. אבער נישט שטענדיג איז עס אזוי און קיין איין געזעץ אדער רעגולאציע פארלאנגט דאס נישט און פילמאל וועלן די שטייערס שטערן די וועג פון די לויפערס און זיי וועלן זיין געצווינגן צו בלייבן שטיין. אין טייל פלעצער איז געזעצליך פארבאטן צו גיין פאראויס אויף אן עסקאלאטאר ווייל עס שטערט אנדערע מענטשן. אבער אין קיין איינע פון די פלעצער ווערט דאס נישט נאכגעזוכט.


היסטאריע

דער ערפינדער פון דעם עסקאלאטאר איז געווען טשארלס ווילער וועלכער האט געמאכט א פאטענט פון זיין אויסטרעף נאך אין 892'. ווילער האט נישט דערלעבט צו זען עפעס פירות פון זיין ערפינדונג אבער זיינע פארשריפטן זענען גענוצט געווארן דורך אנדערע וויסנשאפטלער און אין 899' האט א גרויסע ליפט פירמע אפגעקויפט דעם געדאנק און האט אנגעהויבן ארבעטן דערויף.

דער ערשטער עסקאלאטאר איז אינסטאלירט געווארן אין די קאני איילענד אויספלוג פארק אין ברוקלין, ניו יארק אין די ענדע פונעם 19'טן יאר-הונדערט. דארט האט דער עסקאלאטאר געדינט אלס א רייד פאר קינדער. דער ערשטער עסקאלאטאר צו טראגן מענטשן איז אינסטארלירט געווארן דורך די אויבנדערמאנטע ליפט פירמע אין א מוזעאם אין פאריז. דער עסקאלאטאר איז געווען א סוקסעס און איז באריכטעט געווארן אין צייטונגן איבער די גאנצע וועלט. פון דארט האט שוין נישט גענומען לאנג ביז אנדערע פלעצער האבן דאס באקומען און ביז 10 יאר האט מען דאס געקענט זען אין טויזענטער שאפינג צענטערן, לופטפעלדער, באן סטאנציעס, און בענק איבער די גאנצע וועלט.

אין 921' איז דער עסקאלאטאר איבערגעארבעט געווארן אויף א מער פארגעשריטענעם סיסטעם און איז געווארן דער מאדערנער עסקאלאטאר וועלכע איז געבליבן ביז היינט. מיט איין אויסנאם פון היינט איז געווען אז טייל עסקאלאטארן זענען געווען געמאכט פון הילצערנע טרעפ אבער אלע זענען שפעטער געטוישט געווארן צו אייזן נאכדעם וואס א פייער אין איינע פון די לאנדאן אנדערגראונד באן סטאנציעס אין 987' האט פארניכטעט דעם גאנצן סיסטעם.

צוויי עסקאלאטארן זענען עד היום פארבליבן מיט האלץ. איינס געפינט זיך אין א מענטשן טונעל אין טיין ענד וועיר, ענגלאנד, און די צווייטע געפינט זיך אין די מעיסיס דעפארטמענט געשעפט אין מאנהעטן, ניו יארק.


דעזיין און מעכאניזם

דער יסוד פון אן עסקאלאטאר איז א פאר קייטן וועלכע דרייען זיך ארום צוויי גירס ביי די צוויי עקן וועלכע ווערט געטריבן דורך א מאטאר. א דורכשניטליכע עסקאלאטאר נוצט א 100 פערד-קראפט מאטאר צו דרייען די גירס וועלכע דארפן קענען שלעפן צענדליגער מענטשן אויפאיינמאל. דער מאטאר און די קייטן מיט זייערע גירס זענען באהאלטן אונטער די שטיגן אין א מעטאלענעם שאכטל וועלכע זיצט געווענליך צווישן צוויי שטאקן.

אנשטאט דרייען א פלאכע פאסיק ווי נארמאל דרייט דאס א סעריע פון שטיגן וועלכע האלטן זיך שטייף איינע העכער די אנדערע פונקט ווי נארמאלע שטיגן און ווען זיי דעגרייכן די עק פאלן זיי צונויף איינע אויף די אנדערע.

כדי דאס זאל ארבעטן איז פאראן צוויי פאר רעדער אונטער יעדע טרעפ. די ערשטע פאר רעדער זענען באהאפטן צו די קייטן וועלכע שלעפן זיי אינאיינעם און זיי שלעפן די טרעפ. א צווייטע פאר רעדער זיצן אונטער יעדע טרעפ און דינען ווי רעדער פון א באן וועלכע פארט אויף שינעס. די צוויי פאר רעדער וועלן אינאיינעם זיכער מאכן אז די טרעפ זענען שטענדיג און א שטייענדיגע פאזיציע אז ווען דאס וועט ארויסקומען פון באהעלטעניש זאל עס דינען ווי שטיגן וויבאלד איינע איז נאכגעשלעפט אונטער די צווייטע און עס גייט בארג ארויף. אבער די שטיגן קענען נישט בלייבן און אזא פאזיציע די גאנצע צייט ווייל עס מוז צוריק אריינקומען אין איר שאכטל און אויב עס וואלט געבליבן אין די זעלבע פאזיציע וואלטן די מענטשן דערויף אונטערגעפאלן ביים ענדיגן די רייזע. דערפאר זענען פאראן צוויי גרויסע גירס וועלכע זיצן דירעקט ביי די צוויי עקן און צווינגן די טרעפ זיך צוזאמענצולייגן דורך אריינשלעפן די העכסטע טרעפ און וויבאלד די נעקסטע טרעפ אונטער דעם פארט ווייטער וועט עס אויטאמאטיש זיין פלאך מיט די טרעפ העכער אים און די מענטשן וועלן קענען אראפגיין אן קיין שטרויכלונג.

אין צוגאב צו די טרעפ איז פאראן א האנט-רעיל וועלכע פארט אינאיינעם מיט די עסקאלאטאר כדי צו געבן די פאסאזשירן סטאביליטעט זיי זאלן נישט פאלן. די האנט-רעיל איז א פשוט'ע קאנוואויער פאסיק וועלכע איז באהאפטן צו א גיר וועלכע זיצט נעבן די אויבערשטע הויפט גיר און א פאסיק צווישן די צוויי טרייבט איר מיט'ן זעלבן שנעלקייט. כדי עס זאל פארן נאכאנאנד און זיך קיינמאל נישט אפשטעלן איז פאראן אסאך קליינע רעדער אונטער די האנט-רעיל וועלכע פירן איר אויף אירע שינעס און שטעלט צו א גוטע זיכערהייט הענטל פאר די וואס פארן מיט איר.

די עסקאלאטאר סיסטעם איז נישט אזוי גוט ווי א ליפט צו הייבן מענטשן פון איין שטאק צום צווייטן ווייל א ליפט מאכט דאס פיל שנעלער און גרינגער און קען גיין צענדליגער שטאקן. אבער עסקאלאטארן האבן זיך אייגענע מעלות וועלכע איז ספעציעל גוט צו טראגן מענטשן אויף א קורצע רייזע ארויף דורכדעם וואס עס קען פירן פיל מער מענטשן ווי א ליפט אין א פיל שנעלערע צייט אפשניט ווייל א ליפט וועט נאר נעמען א געוויסע צאל מענטשן און די איבריגע וועלן דארפן ווארטן ביז עס קומט צוריק אראפ. אן עסקאלאטאר פארט אן אפשטעל און די סעקונדע וואס איינער איז ארויף דערויף איז באלד פאראן נאך א טרעפ פאר א צווייטן און אזוי ווייטער. די מעלה איז אויך א פסיכאלאגישע זינט די מענטשן דארפן נישט אפשטעלן זייער מארש און ווארטן און כאטש עס נעמט אביסל צייט וועלן זיי אבער שפירן אז מען גייט.

עסקאלאטארן פארן מיט א שנעלקייט פון 90 ביז 180 פיס פער מינוט. געווענליך איז דאס געוואנדן וואו עס געפינט זיך און וואספארא צאל מענטשן עס דארף פירן. אין א שאפינג צענטער איז גענוג אז עס גייט 90 פיס פער מינוט אבער אין לופטפעלד וועט דאס דארפן גיין שנעל ווייל גאר אסאך מענטשן נוצן דאס. די מאקסימום שנעלקייט איז 180 פיס פער מינוט וועלכע קען פירן 10,000 מענטשן אין א שטונדע, א זאך וואס אפילו מערערע ליפטן וואלטן נישט געקענט באווייזן. מער ווי דעם איז שוין א סכנה ווייל אויב מענטשן פאלן אויף א זאך וואס פארט קען דאס זיין פאטאל. אויב דאס איז אויך נישט גענוג וועט מען אינסטאלירן מער ווי איין עסקאלאטאר צו קענען דערהייבן די מאסן.

עס זענען אויך פאראן פלאכע עסקאלאטארן וועלכע מען רופט פארנדיגע וואלק-וועיס. די סארט עסקאלאטאר איז נישט מער ווי א קאנוואויער פאסיק מיט קליינע רעדלעך וועלכע פארט אויף צוויי גירס. די סארט עסקאלאטארן העלפן מענטשן אנקומען שנעלער פון איין פלאץ צום צווייטן אין פלעצער וואו מען דארף אסאך גיין ווי אין לופטפעלדער אדער באן סטאנציעס. וויבאלד דאס איז פלאך קען עס פארן שנעלער און קען טיילמאל גייט ביז עטליכע מייל פער שטונדע.

אין א באקאנטע גרויסע באן סטאנציע אין פאריז האט מען יארן צוריק אינסטאלירט אזא סארט פארנדיגע וואלק-וועי וועלכע איז געגאנגן 7 מייל פער שטונדע. אבער עס האט פאסירט צופיל אינצידענטן אין וועלכע עלטערע מענטשן און יונגע קינדער זענען געפאלן און מען האט דאס רעדוצירט צו 5.5 מייל פער שטונדע וועלכע איז נאך היינט די שנעלסטע אין איר סארט.

די סארט וואלק-וועיס ווערן טייל מאל אויך געמאכט שיעף אויף ארויף אדער אראפ אנשטאט אן עסקאלאטאר. דאס ווערט געזען אין סופערמארקעטס וואו די קאסטומער דארפן ארויפשטעלן זייערע וועגעלעך און וואלטן דאס נישט געקענט טאן מיט אן עסקאלאטאר. איז טייל באן סטאנציעס איז אויך פאראן אזא געבויגענע וואלק-וועי אויב אן עסקאלאטאר קען נישט דארט געבויט ווערן צוליב א מאנגל אין פלאץ אדער ווייל עס גייט נישט ארויף גענוג הויך.

איבער די יארן האבן ארכיטעקטור אויספרובירט פארשידענע סארט וואלק-וועיס צו קענען טראגן מענטשן שנעל פון איין פלאץ צום צווייטן. אסאך האבן פרובירט מאכן געדרייטע וואלק-וועיס אבער ווייניג האבן זיך אויסגעארבעט און נאר געציילטע פלעצער איבער די וועלט פארמאגן געדרייטע אויטאמאטישע וואלק-וועיס. אין אמעריקע איז פאראן אזאנס אין די סיזורס פאלאס אין לאס וועגאס און עטליכע אזעלכע וואלק-וועיס זענען פאראן אין האנג קאנג.

עקסידענטן

טראץ וואס עסקאלאטארן זען אויס זייער פארזיכערט האבן אין פאקט שוין פאסירט אסאך עקסידענטן און אפילו טויט פעלער און טאקע דערפאר זענען פאראן אסאך מענטשן וואס האבן מורא צו גיין דערויף און וועלן ענדערש נעמען א ליפט אדער גיין די שטיגן.

עס מאכט זיך אפט אז מענטשן פארלירן באלאנס און פאלן און וויבאלד דאס פארט ווערט מען אויטאמאטיש צעקלאפט. אן אנדערע פראבלעם איז אז טיילמאל פאר'הנקעט זיך קליידער אדער עפעס וואס מען האלט אין די הענט און דאס שלעפט דעם מענטש. דאס איז געווען דער טויט-פאל דעם פארגאנגענעם פעברואר מיט פרענסיקאו פארטילאו פון באסטאן וועמענ'ס מאנטל האט זיך אריינגעכאפט אין איינע פון די טרעפ און ער איז נאכאנאנד פארוואונדעט געווארן אין קאפ זינט ער האט זיך נישט געקענט אוועקרירן פון פלאץ.

אין אקטאבער 2003 איז א פראפעסארין געשטארבן פון אן עסקאלאטאר אין רוים נאכדעם וואס א טייל פון די עסקאלאטאר איז צעבראכן געווארן און זי איז געפאלן צווישן די גירס. אן אנדערע אינצידענט איז געווען אין 2002 אין א שאפינג מאלל אין קאלאמביע, מערילענד, וואו א דזשעי-סי פעני ארבעטרין איז פארכאפט געווארן און האט געליטן קריטישע וואונדן צו איר קאפ פון וועלכע זי איז שפעטער געשטארבן. איר פאמיליע האט געקלאגט די שאפינג צענטער מיט 5 מיליאן דאלאר אנווייזנדיג אז די שולד איז זייערס צוליב עטליכע סיבות וועלכע זיי האבן געפינען אלס פארנאכלעסיקייטן.

גאנץ לעצטענס האבן טייל פירמעס וועלכע פראדוצירן עסקאלאטארן אנגעהויבן מאכן אן עמוירדזשענסי אפשטעל סיסטעם אין וועלכע די גאנצע מאשין וועט זיך אויטאמאטיש אפשטעלן איינמאל עפעס ווערט פארהאנקעט דערין. עטליכע סענסארס דערשפירן ווען דאס פאסירט אוןו שיקן א סיגנאל צו דעם מאטאר וועלכע לעשט זיך אויס ביז געציילטע רגעים.

רעקארד עסקאלאטארן

די גרעסטע און לענגסטע עסקאלאטאר נעטווארק סיסטעם געפינט זיך אין האנג קאנג צווישן א צענטראלע ביזנעס דיסטריקט און א רעזידענט דיסטריקט עטליכע הונדערט פיס אפגערוקט איינע פון די אנדערע. עס זענען פאראן א רייע עסקאלאטארן און פארנדיגע וואלק-וועיס וועלכע די ארטיגע איינוואוינער רופן די צענטראלע מיד-לעוועל עסקאלאטאר. אין סך הכל איז די עסקאלאטאר סיסטעם לאנג איבער 2,600 פיס אבער עס ארבעט נאר איין וועג און עס טוישט דירעקציע עטליכע מאל אין טאג, געוואנדן לויט די טראפיק פון מענטשן אין די ראש אוער שטונדן.

האנג קאנג פארמאגט אויך אן אנדערע לאנגע וואלק-וועי עסקאלאטאר אין א פארק וועלכע איז צעטיילט אין צוויי. די וואלק-וועי פירט אלע פארק באזוכער פון איין טייל צו די צווייטע אין 5 מינוט וועלכע וואלט נארמאל געווען א שפאציר פון א האלבע שטונדע.

אין די טיימס סקווער שאפינג צענטער אין האנג קאנג איז פאראן א געדרייטע וואלק-וועי סיסטטעם וועלכע גייט ארויף עטליכע שטאק מיט 180 דעגרי אין יעדע רינג. דאס איז א יחיד במינו און יעדער וואס פארט אויף האנג קאנג גייט דאס באזוכן.

דער לענגסטער עסקאלאטאר אין אמעריקע געפינט זיך אין דער וואשינגטאן מעטרא סובוועי סיסטעם וועלכע איז 508 פיס לאנג און נעמט בערך דריי און א האלב מינוט צו פארן דערמיט פון איין עק ביז די אנדערע אויב מען שטייט אויף איין פלאץ.

אנדערע לאנגע עסקאלאטארן געפינען זיך אין פעטערבורג, אין קיעוו און אין פראג. די אלע זענען צווישן 300 און 400 פיס לאנג.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!