רוי:רבי חיים מנחם (מענדל) דוד הורוויץ
רבי חיים מנחם (מענדל) דוד הורוויץ זצ"ל (ה'תרס"ד - כ"ג תשרי ה'תש"ה) איז געווען דער לעצטער רב אין דזשיקאוו.[1]
אפשטאם
רבי מענדל'ע איז געבוירן אין יאר ה'תרס"ד, צו זיין פאטער הרב אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, א זון פון הרב יהושע הורוויץ, דער עטרת יהושע, א זון פון הרב מאיר הורוויץ, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת חוה א טאכטער פון הרב ישראל האגער, רב אין וויזניץ, דער אהבת ישראל.
רבנות
רבי מענדל'ע איז אויפגעצויגען געווארן אונטער דעם איינפלוס פון זיין זיידען דער עטרת ישועה, ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפען קיין גרוסווארדיין צום זיין זיידען דער אהבת ישראל. נאך די קריג האט רבי מענדל'ע געלערנט אין טארנא ביי רבי מאיר אריק און ער האט באקומען פון אים היתר הוראה.
אין יאר ה'תרפ"ד ווען רבי מענדל'ע איז נאך נישט אלט געווען צוואנציג יאר האט מען אים אויפגענימן אלס רב אין דזשיקאוו, צו דעם ערשטען שבת איז זיך צוזאמען געקימען אין דזשיקאוו אלע רבי'ס פון דעם דזשיקאווער דינאסטיע אנטייל נעמען אין גרויסען מאמענט פון רבי מענדל'ע אויפנאמע. א זעלטענע ערשיינונג איז געווען אויף זיין כתב רבנות וואס איז געווען אינטערגעשריבן אויך פון אלע ארומעגע דערפער.
הסתלקות
רבי מענדל'ע איז פארשיקט געווארן קיין מאטהאוזן אין צוואנגס לאגער, ווי מען האט אים אויסגעפאניקט ביי די ארבייט, ביז ער איז דארט נפטר געווארן אין שפיטאל, שמחת תורה כ"ג תשרי ה'תש"ה.
פאמיליע
רבי מענדל'ע האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון זיין פעטער הרב עמנואל וועלטפרייד. זייערע קינדער:
- הרב יהושע הורויץ, פון ירושלים.
- מרת פערל, די ווייב פון הרב משה האגער ראש ישיבה פון וויזניץ חיפה.
רעפערענצן
- ↑ עטרת ישועה מועדים, תולדות
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר