רוי:יאר

פון המכלול
ווערסיע פון 17:06, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א יאר איז א תקופה-צייט וואס די ערד פלאנעט רינגלט ארום דער זון וואס איז אומגעפער 365 טעג. אזוי ווי ס'איז נישט א גענויע צאל מוז מען משלים זיין דאס יאר מיט נאך א טאג, כמעט יעדע פערדע יאר.

דער אידישע קאלענדאר איז באזירט אויף חדשים פון דער לבנה. א פשוט יאר האט 353 אדער 354 אדער 355 טעג, וואס איז נישט גענוג לויטן זון-יאר. דעריבער איז יעדע צוויטע אדער דריטע יאר אן עיבור יאר, דאס הייסט מען איז מוסיף א גאנצן חודש (אדר שני).

אין איראן און אפגאניסטאן ניצט מען דעם פערסישן קאלענדאר, וואס הייבט אן א ניי יאר דעם טאג ווען די פרילינג גלייכנאכט געפאלט אין טעהראן.

אסטראנאמן ניצן דאס "יוליאנישע יאר", דאס איז א תקופה פון 365.25 טעג, וואס יעדער טאג אנהאלט 86,400 סעקונדן. א ליכט יאר ווערט געמאסטן מיט יוליאנישע יארן.

אזוי ווי די אַקס פון דער ערד איז אנגעבייגט, מאכן זיך סעזאנען במשך דעם יאר: פרילינג, זומער (מיט לענגערע טעג און ווארעמען וועטער), הארבסט און ווינטער (מיט קערצערע טעג און קילערן וועטער).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!