רוי:זאלאביע

פון המכלול
ווערסיע פון 16:12, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מען מאכט זאלאביע אין אינדיע

די זאַלאַביע אדער דזשאלעבי (אראביש: زلابية) איז דער מיטל-מזרח'דיגער ווערסיע פונעם חנוכה פאנטשקע, בעיקר ווערט עס פאררופן אויף די יודן אין תימן, אבער עס איז אויך געווען איינגעפיהרט אין איראק, איראן, עגיפטן אזוי אויך אין אינדיע, פאקיסטאן, באנגלאדעש און די דערנעבנדיגע לענדער.

א סארט רונדיגע זאלאביע

עס ווערט טיעף געפרעגלט אין אויל און אויסגעפארעמט ווי א פרעצל אדער בייגל.

ס'איז היפש ענליך צו די אשכנזישע פריטלעך.

להבדיל ביי די מוסלעמעהנער אין דרום אזיע עסט מען עס אין די מאנאטן פון ראמאדאן און ביי טייל יודישע קהילות עסט מען אויך אלס זיסווארג אין שבועות.


עס איז א פאפולערע עסן וואס ווערט געקאכט און פארקויפט אין די גאסן אין יענע לענדער.

זאלאביע פארקויפט אין די גאסן

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!