רוי:הייוון
הייוון איז אַ לעבעדיגע שוואם וואָס עסט, מערט זיך און שטאַרבט. כאָטש עס באַשטייט פון נישט מער ווי 1 צעל און ס'איז אַזוי פּיצל אז מ'קען עס נישט אָנזען מיט'ן אויג.
יוסט איז אזא סארט זגאל פון איינצעלע-צעלן שוועמלעך,
עס איז די זויער - טייג וואס מאכט די טייג זאל יערן פאר חלה און ברויט אדער קעיק.
אויך נוצט מען דאס צו מאכן אלקאהאלישע געטראנקען.
ווייצן אדער גערשטן (און די אנדערע חמשת מיני דגן) וואס יערן הייסט דאס אויך חמץ.
וויסנשאפטלער האבן שוין דעפענירט מער פון טויזנטע זגאלן פון הייוון.
עס זענען פארהאן אומגעפער 350 סאָרט הייוון. די הייוון וואָס מיר נוצן צו באַקן ברויט און חלה ווערט ספּעציעל געהאָדעוועט אדער פאַבריצירט אויף דעם צוועק; רוב הייוון באַצילן עקזיסטירן אָבער אַלס אַ נאַטורליכער טייל פון די בריאה, וואַקסנדיג אויף געוויקסן, חיות, און מענטשן. הייוון קען ברענגען אַן אַנטצינדונג אויב זיי מערן זיך צופיל. די באַצילן ווערן אויך פארשפּרייט דורך די לופט אָדער וואסער.
דער הייוון באַציל מיט וועלכן מיר זענען אַממערסנטס באַקאַנט, איז דער וואָס פאַרוואַנדלט טייג אין חמץ, מאָסט אין וויין, און גערשטן אין ביר. בשעת די טייג, מאָסט אדער גערשטן שטייט, זאַמלען זיך אין דעם הייוון באַצילן פון דער לופט וועלכע פיטערן זיך דערויף. די שפּייז וואָס הייוון דאַרף האָבן כדי זיך צו קענען מערן איז צוקער אדער קראָכמאַל ("סטאַרטש") אין וועלכע פאָרעם עס איז. די הייוון צעלן פאַרוואַנדלען זייער שפּייז אין אַלקאָהאָל, וואס מאכט פון מאָסט וויין און פון גערשטן ביר. אויך אין גאַז וואָס מאַכט פון טייג חמץ.
די צעלן פון הייוון וואַקסן זייער שנעל. עס מערט זיך און שאַפט נאָך און נאָך צעלן. דעריבער איז דאָ דער אויסדרוק: "עס וואַקסט ווי אויף הייוון".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!