רוי:גרויסער באריער ריף

פון המכלול
ווערסיע פון 13:39, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מאפע פונעם גרויסן באריער ריף

דער גרויסער באַריער ריף איז דער וועלטס גרעסטע קאראל ריף סיסטעם, צאמגעשטעלט פון מער ווי 2,900 איינציקע ריפן און 900 אינזלען פארשפרייט איבער 2,600 ק"מ (1,600 מייל) איבער א שטח פון אומגעפער 344,400 קוואדראט ק"מ (133,000 קוואדראט מייל). דער ריף געפינט זיך אינעם קאראל ים, לעבן דעם בארטן פון קווינסלאנד, אויסטראליע.

דעם גרויסן באריער ריף קען מען זען פונעם קאסמאס, און איז דער גרעסטער סטרוקטור אין דער וועלט געמאכט פון לעבעדיקע ארגאניזמען. דער ריף סטרוקטור איז געבויט פון מיליאנען קליינע ארגאניזמען, קאראל פאליפן. ער איז אויסגעקליבן געווארן א וועלט ירושה ארט אין 1981. ער ווערט גערעכנט איינער פון די זיבן נאטורליכע וואונדער פון דער וועלט.

אין דעם גרויסן באריער ריף טרעפט מען דרייסיג זגאלן פון וואלפיש, דעלפינען און פארפאסן. מער ווי 1500 זגאלן פון פיש לעבן אויפן ריף.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!