רוי:בינארישע סיסטעם

פון המכלול
ווערסיע פון 12:29, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ציילער ווייזט ווי צו ציילן אין ביינערי פון נומערן נול צו איין-און-דרייסיג.

די בינארישע צאל סיסטעם (אדער צווייער-סיסטעם) איז א נומערן סיסטעם וואס ניצט נאר צוויי סימבאלן, געווענטליך 0 און 1.

ציילן אין בינאריש

ציילן אין בינאריש איז ענליך ווי צו ציילן אין דער דעצימאלער סיסטעם, נאר אנשטאט ניצן צען ציפער-סימבאלן ניצט מען נאר צוויי, 0 און 1. מען פאנגט אן מיט די ערשטע קאלום אויף דער רעכטער זייט, די "איינסערס" קאלום. מען ציילט 0, 1, ביז מען האט מער נישט קיין סימבאלן, דאן גייט מען לינקס צום נעקסטן קאלום, די "צווייערס" קאלום. מען שרייבט 10 וואס מיינט 1 מאל צוויי מיט 0 מאל איינס. די דריטע קאלום איז די "פירערס", די פערטע קאלום איז די "אכטערס", און אזוי ווייטער, עס דאפלט זיך מיט יעדן קאלום. עס קומט אויס אז 100101 מיינט 1 מאל צוויי און דרייסיג, פלאס 0 מאל זעכצן, פלאס 0 מאל אכט, פלאס 1 מאל פיר, פלאס 0 מאל צוויי, פלאס 1 מאל איינס = זיבן און דרייסיג. אדער אויף דעצימאל 37.

פאלגנד זענען די ערשטע צען נומערן אין בינאריש:

בינאריש אידיש
0 נול
1 איינס
10 צוויי
11 דריי
100 פיר
101 פינף
110 זעקס
111 זיבן
1000 אכט
1001 ניין

די וועלט זאגט א ווערטל: עס זענען דא 10 סארט מענטשן, די וואס פארשטייען בינאריש און די וואס פארשטייען נישט בינאריש.

חיבור

צולייגן נומערן אין בינאריש איז גאנץ פשוט.

0 + 0 ← 0

0 + 1 ← 1

1 + 0 ← 1

1 + 1 ← 0, טראג 1 (ווייל 1 + 1 = 0 + 1 × 10 אין בינאריש)

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!