רוי:אלצהיימערס קרענק

פון המכלול
ווערסיע פון 11:13, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אַלצהיימער'ס קרענק (ענגליש: Alzheimer's disease) איז דער שורש פון א פארצווייגטע כראנישע מח-קרענק, וואס אפעקטירט דעם לימביק סיסטעם אינעם מח שטאם, און פירט פון א טיילווייזער זכרון-פארלוסט, ביז צו א טאטאלע פארניכטונג פונעם קאגניטיווער נעץ וועלכעס איז דער אינטעלעקטועלער בילדונג פונעם מענטש, אין וועלכן עס דערקייקעלט זיך אז דער ליידענדער קען מער נישט פאסן קיינע באשלוסן, ווייסט מער גארנישט פון זיין לעבן.

אלצהיימער ריזיקע

די אלצהיימער קרענק באטראפט מערסנטס מענטשן אין דער עלטער פון בערך 65 און העכער. די וואס ליידן דערפון, צו ערשט, ווייסן זיי אפילו נישט אז זיי ליידן דערפון. די ארומיגע באמערקען דאס צו ערשט, און ווען א דער פאציענט זעלבסט, איבערצייגט זיך אין זיין ביטערן שיקזאל, פירט דאס פיל מאל צו אנדערע ניוראלאיגשע קרענק, ווי נערווען ברוכן, דעפרעסיע, און אנדערע מענטאל דיסארדערס.

אלצהיימער היסטאריע

ביז פאר הונדערט יאר צוריק. האט די וועלט בכלל נישט געוואוסט אז דאס פארגעסן פארשידענע זאכן, האט עפעס צו טאן מיטן מח, און אז דאס איז עפעס א סארט קראנקייט. די וועלט האט דאס אנגעקוקט ווי מ'זאל היינט אנקוקן אן עלטערן מענטשן וואס קען מער נישט לויפן. וואס איז נישט קיין קראנקייט, נאר איז א רעזולטאט פון זיין עלטער, פארגעסט ער צומאל געשעענישן פון היינט אדער נעכטן.

צוערשט האט עמיל קראפעלין אין יאר 1906, צונויפגעבינדן אז דאס פארגעסן איז נישט קיין פערצואל, נאר א שורש פון א קרענק. זאפארט דערנאך האט א דייטשער פסיכאטאר אלויס אלצהיימער, צונויפגעשטעלט אז דאס איז א רעזולטאט פון א כראנישער ניוראלאגישער קרענק אין די אינערליכע מח צעלן, וועלכע ווערן שטאפל-ווייז איבערגעריסן פונעם לימביק סיסטעם צו א גענצליכער איבערריס פונעם קארטעקס.

ווי נאר דער ערפינדער קראפעלין, איז געוואויר געווארן פון די פארש ארבעט וואס דער דייטשער אלויס אלצהיימער האט געמאכט, און זיין דערגרייכונג צו קאנעקטן די דאטס צו דעם ניוראלאגישן נעץ, האט קראפעלין אלס דזשעסט אנגעטראגן אז מ'זאל רופן די מחלה אויף אלצהיימער'ס נאמען. ויקרא שמו בישראל: אלצהיימערס דיזיס.


סימפטאמען פון אלצהיימער'ס

ווען א מענטש פארגעסט וואס ער האט היינט געגעסן אויף פרישטאג, איז ער נאך נישט קיין אלצהיימערס פאציענט. אויך נישט ווען ער פרעגט צומאל איבער, ווען מ'פארציילט אים פארשידענע דעטאלן פון א געשיכטע, דאס זענען נישט קיינע סימפטאמען פון אלצהיימערס.

ערשט ווען עס שאפן זיך אייגענארטיגע סימנים פון א כסדר'דיגן זכרון-פארלוסט, ווערט פעסטגעשטעלט אז דער פאציענט ליידט פון א מילדע סינייל אדער דימענישע, וועלכע קען זיך ציען פאר לאנגע יארן, ביז עס דערגרייכט די גאר ערנסטע שטופעס פון א טאטאלער פארניטונג פונעם קארטעקס סיסטעם, וואס אין איר רעזולטאט, קען דער מענטש מער נישט אראפגיין פון בעט, קען מער נישט עסן אדער טרינקען, און מוז געפיטערט ווערן דורך א פידינג טיוב, ווייל די כעמיקאלן וועלכע פירן פונעם לימביק סיסטעם צום ספיינעל קאורד הערן אויף צו פונקציאנירן.


אלצהיימער שטאפלען

צוערשט הייבט זיך עס אן מיט כסדר'דיגע קליינליכע פארגעסן זאכן ווי מ'האט געשטעלט. וואס מ'האט אים נאר יעצט געזאגט. ווי ער איז פריער געווען, צי ער האט שוין געדאווענט שחרית אדער נישט, אדער צי ער איז שוין געווען אין בית הכסא.

ער ווייסט נישט וואס ער דארף יעצט טאן. ער האלט ביי מה טובו און בלייבט דארט שטיין, ער גייט נישט ווייטער. אויב מ'זאגט אים נישט ער זאל זיך אויפשטעלן ביי די ברכות וועט ער בלייבן זיצן. אזא מענטש מוז שוין האבן א מענטש מיט זיך, וואס זאל אים כסדר באגלייטן, און אויב די פאמיליע גיט שטארק אכטונג אויף אים, קען ער שיין אנציען, אן דעם וואס יעדער זאל זיך דערוויסן.

דער אלצהיימער פאציענט ווערט ל"ע א צומח. אטעמט. הארץ פונקציניארט, אבער ווייסט מער גארנישט צו זאגן. קען מער נישט גיין, רעגירן, רעדן, ווינקען אדער קאמיוניקירן.

אלצהיימער ריזיקע ביי עלטער

עס ווערט געשאצט אז מענטשן פון די 65 ביז די 80, זענען די מערסטע אויסגעשטעלט צו ווערן דיאגנאזירט מיט אלצהיימערס, אדער דימענשיע. פון די 85 יאר און העכער, ווערט די צאל פון אלצהיימער פאציענט וואס ווינציגער. און אלצהיימער ליידענדע פון 100 און העכער איז א זעלטענהייט. ווייל אלצהיימער ליידענדע ציען געווענליך נישט אן מער ביז 10 יאר. אין זעלטענע פאלן קען מען ציען דערמיט ביז 17 יאר.

א רפואה פאר אלצהיימער'ס

עס איז דערווייל קיין שום רפואה מיטל נישט פאראן. כאטש וואס געוויסע פארטייבונגס דראגס און כעמישע רפואות צו פארשטייטערן די קרענק, איז אבער קיין רפואה צו דעם דערווייל נישט ערפינדן געווארן.

אין 2009 האט מען געמאלדן א שטודיע אז די וואס טרינקען 3-5 טעפלעך קאווע אדער טיי יעדן טאג אין די מיטלע יארן האבן א קלענערע ריזיקע פון ליידן פון אלצהיימער קרענק.[1]

רעפערענצן

  1. טרינקען קאווע און טיי שיצט קעגן אלצהיימער (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!