רוי:זשורנאליזם

פון המכלול
ווערסיע פון 08:27, 21 מערץ 2017 דורך YI>פוילישער (פארברייטערט ארטיקל א ביסל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

זשורנאליזם איז דאס פארנעמונג מיט'ן פארזאמלען, אנאליזירן, פעסטשטעלן, און באריכטן די געשעענישן פון איבער דער גארער וועלט, און פארשפרייטן די באריכטן. די וועלכע פראקטיצירן זשורנאליזם רופט מען זשורנאליסטן. זשורנאליסטישע מעדיע שליסן איין דרוק, טעלעוויזיע, ראדיא און אינטערנעץ.

די ראלע פון זשורנאליזם ענדערט זיך צווישן די לענדער. אין טייל פעלקער ווערט די נייעס מעדיע שטרענג קאנטראלירט פון דער רעגירונג, און די זשורנאליסטן זענען נישט אומאפהענגיק.[1] אין אנדער מדינות זענען די נייעס מעדיע אומאפהענגיק פון דער רעגירונג אבער קענען ווערן אונטערטעניק צו אנדערע מאטיוון ווי למשל געלט און פאליטיק. מיט צוטריט צו פרייער אינפארמאציע געזאמעלט דורך אומאפהענגיקע און קאנקורינדיקע זשורנאליסטן קענען בירגער זיין מער עפעקטיוו מיטטיילן אין דער פאליטיק פראצעס.

אין די פאראייניגטע שטאטן ווערט זשורנאליזם געשיצט דורכן פרעס־פֿרייהייט פאראגראף אין דעם ערשטן אמענדמענט.


מעדיע

דרוק

אגענצן

אינטערנעץ

זעט אויך

רעפערענצן

  1. "10 Most Censored Countries," Committee to Protect Journalists,‏ 2טן מיי 2012, בלאט דערגרייכט 23סטן מיי 2013.